ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 05, 2014, issue of November 21, 2014.

ייִדישער מוזיי: אויסשטעלונג פֿון כינעזישער אַוואַנגאַרד־קונסט

דער צענטער פֿונעם קולטורעלן לעבן אין מאָסקווע איז די וואָך ווידער געבליבן דער נײַער ייִדישער מוזיי, וואָס האָט אָנטייל גענומען אין „דער נאַכט פֿון קונסטן‟, ווען מוזייען אַרבעטן ביז טיף אין דער נאַכט אַרײַן, און דער אײַנטריט איז פֿרײַ.

אינעם מוזיי האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון כינעזישער אַוואַנגאַרד־קונסט (זי וועט זײַן אָפֿן אַ חודש, ביזן 3טן דעצעמבער). אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג ווערט פּלאַנירט דורכצופֿירן עטלעכע לעקציעס: וועגן כינעזישן פּאָסטמאָדערניזם, וועגן דעם קינסטלער אײַ ווייוויי און וועגן דעם מאָדערנעם כינעזישן ווידעאָ־אַרט און קינאָ. דעם ערשטן רעפֿעראַט, וועגן כינעזישע פּאָסטמאָדערניסטישע שרײַבער, האָט אָפּגעהאַלטן די מאָסקווער סינאָלאָגין יוליאַ דרייזיס. אין די ראַמען פֿון „דער נאַכט פֿון קונסטן‟ האָט מען אויך געקענט זען און אַרומרעדן עליסאָן קליימאַנס פֿילם וועגן אײַ ווייוויי, זען נײַע אינטעראַקטיווע אינסטאַלאַציעס און טענץ־פֿאָרשטעלונגען.

פּערם: פּרעמיערע פֿון משה ווײַנבערגס אָפּערע „פּאַסאַזשירקע‟, אויף רוסיש

דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער MusicAeterna פֿירט אויס משה ווײַנבערגס אָפּערע „פּאַסאַזשירקע‟
דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער MusicAeterna פֿירט אויס משה ווײַנבערגס אָפּערע „פּאַסאַזשירקע‟

אַ ידיעה פֿון פּערם, דער גרויסער שטאָט אין אוראַל: כאָטש פּערם רעכנט זיך ניט פֿאַר אַ קולטור־צענטער פֿון רוסלאַנד, קען די שטאָט זיך באַרימען מיט אַן אויסגעצייכנטן אָרקעסטער „מוזיקאַ עטערנאַ‟, וואָס געהערט דעם דאָרטיקן טעאַטער פֿון אָפּערע און באַלעט. זײַן מוזיקאַלישער אָנפֿירער און דער הויפּט־דיריגענט איז דער באַרימטער טעאָדאָר קורענטזיס.

די וואָך איז אין פּערמער טעאַטער פֿון אָפּערע און באַלעט פֿאָרגעקומען אַ פּרעמיערע פֿון דער אָפּערע „פּאַסאַזשירקע‟ פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר משה ווײַנבערגן, באַזירט אויף אַ נאָוועלע פֿון זאָפֿיע פּאָסמיש. דער סוזשעט הייבט זיך אָן 15 יאָר נאָכן חורבן, אויף אַ טראַנסאַטלאַנטישן „לײַנער‟, וווּ ליזע, אַ געוועזענע נאַצישע וועכטערין פֿון אוישוויץ, טרעפֿט אַ געוועזענע קאַצעטלערין, און איז מודה איר מאַן, אַז זי איז געווען אַ וועכטערין אין אוישוויץ. ווײַנבערגס אָפּערע איז 42 יאָר לאַנג געווען אומבאַוווּסט, און ערשט אין 2009 האָט מען זי צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט אויף אַ פֿעסטיוואַל אין ברעגענץ (עסטרײַך). אין פּערם האָט מען זי צום ערשטן מאָל געשטעלט אויף רוסיש.

אַ מצבֿה פֿאַר די אומגעבראַכטע רבנים

אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג: לעבן דער שטאָט האָט מען געשטעלט אַ מצבֿה לזכר די 12 רבנים, וואָס זענען דערשאָסן געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער מלוכה אין 1937-38, בתוכם ר’ אלחנן דב־בער מאָראָזאָוו, דער סעקרעטאַר פֿון דעם פֿינפֿטן און דעם זעקסטן ליובאַוויטשער רביים.

די מצבֿה האָט אַ לאַנגע געשיכטע. מיט 6 יאָר צוריק איז קיין פּעטערבורג געקומען ר’ מאָראָזאָווס אַן אייניקל, וואָס האָט געפּרוּווט צו געפֿינען דאָס אָרט, וווּ זײַן זיידע ליגט באַגראָבן. ער האָט געגעבן אַן אויפֿגאַבע דעם פּעטערבורגער רבֿ יפרח אַבראַמאָוו, אַז יענער זאָל אויספֿאָרשן דעם ענין אין דעם אַרכיוו פֿון „קאַ־גע־בע‟, און געפֿינען די אַקטן פֿון דעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, ר’ מאָראָזאָוון און נאָך עטלעכע חסידים. הרבֿ אַבראַמאָוו האָט געפֿונען דאָס אָרט אויף לעוואַשאָווער פֿעלד, וווּ עס זענען באַגראָבן געוואָרן די רבנים, און האָט זיך דערשלאָגן צו באַקומען אַ דערלויבעניש אויפֿצושטעלן דאָרט אַ מצבֿה.

געשטאָרבן דער אַקטיאָר איליאַ רוטבערג

און אַ טרויעריקע ידיעה פֿון מאָסקווע: דאָ איז דעם 31סטן אָקטאָבער ניפֿטר געוואָרן דער באַרימטער אַקטיאָר פֿון טעאַטער און קינאָ, איליאַ רוטבערג. ער האָט געשפּילט אין עטלעכע באַרימטע סאָוועטישע און רוסלענדישע פֿילמען, וואָס דער לעצטער פֿון זיי איז אַרויס אין 2013. ער איז אויך געווען באַרימט ווי אַן אַקטיאָר פֿון פּאַנטאָמימע און ווי אַ גרינדער פֿונעם סטודענטישן טעאַטער בײַם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.