פֿרײַטיק, דעם 31סטן אָקטאָבער האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר הוליאָ שלאָסער, דער פּאָליטישער רעפּרעזענטאַנץ פֿונעם ייִשובֿ, אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָמאָביל אין אַ שטילער געגנט פֿון דער שטאָט. ער איז געפֿאָרן מיט זײַן פֿרוי צו זײַנע חבֿרים אויף אַ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. צװיי מאָטאָציקלען זײַנען צו אים צוגעפֿאָרן און צװיי פּאַרשוינען זײַנען זיי באַפֿאַלן, צוגעגנבֿעט בײַ דער פֿרוי איר טאַש, און נאָך דעם אין איר געשאָסן צװיי מאָל. אין שלאָסערן האָט מען אויך געשאָסן, אָבער די קוילן זײַנען נישט אַרויס. באַלד האָבן די שכנים גערופֿן די פּאָליציי, גענומען די פֿרוי אין שפּיטאָל, מען האָט זי אָפּערירט און זי געפֿינט זיך שוין אין אַ גוטן צושטאַנד.
די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט זיך גלײַך פֿאַרשטענדיקט מיט שלאָסער און באַדויערט, װאָס מיט אים האָט זיך געטראָפֿן, און צוגעזאָגט אָנװענדן אַלע מיטלען אויפֿצוקלערן דעם עפּיזאָד. שלאָסער האָט גלײַך דערקלערט, אַז ער מיינט, אַז דאָס איז בלויז געװען אַ גנבֿה, און אַז ער האַלט, אַז דאָס איז ניט געװען קיין פּערזענלעכע אַטאַקע; אָבער אַנדערע האַלטן, אַז דאָס איז ניט געװען נאָך אַ פֿאַל פֿון אומזיכערקייט, װי מען איז שוין צוגעװוינט אין שטאָט, נאָר דאָס חזרט איבער אָנפֿאַלן אויף זשורנאַליסטן און אַקטיאָרן, װאָס האָבן זיך אויסגעדריקט קעגן דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק, און אַז די אָנגריפֿן זײַנען געװען אַ באַװאָרענונג, װאָס מען האָט פֿאַרדעקט מיט אַ גנבֿה.
די פּוילישע אַמבאַסאַדע אין אַרגענטינע, צוזאַמען מיטן „האָלאָקאָסט מוזיי‟, האָט דערעפֿנט די אויסשטעלונג „יאַן קאַרסקי, אַ מיסיע פֿאַר דער מענטשהייט‟. די עקספּאָנאַטן װײַזן קאַרסקיס באַמיִונגען בעתן חורבן. צענדליקער שולן װעלן באַזוכן די אויסשטעלונג, און די תּלמידים װעלן באַקומען ספּעציעלע לעקציעס װעגן קאַרסקיס טעטיקייטן. ער האָט אין 1942 אויפֿגעדעקט, װאָס עס קומט פֿאָר מיט די ייִדן אין דעם אָקופּירטן פּוילן, אין די קאָנצענטראַציע־ און טויט־לאַגערן.
דינסטיק, דעם 4טן נאָוועמבער, האָט די „בני־ברית‟ פֿאַרטיילט אירע יערלעכע פּרעמיעס פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים, װאָס האָבן זיך אויסגעצייכנט אויפֿן געביט פֿון מענטשנרעכט. הײַיאָר האָבן באַקומען די אויסצייכענונג, װאָס איז אַן אָנערקענטע פּרעמיע זינט 1988, די ליצ׳ בעאַטריס פּעליצאַרי פֿון „די פֿאַבריק‟, אַן אינסטיטוציע, װאָס אַרבעט אויס ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער מיט שװעריקייטן אין זייער רײַפֿקייט; דער גלח כאָסע מאַריאַ די פּאַאָלאָ און דער ראַבינער קלאַודיאָ אַװרוך — פֿאַר זייער צעטיילן טאָג־טעגלעך עסן אין אָרעמע געגנטן; און דער ד״ר פֿערנאַנדאָ פּאָלאַק, פֿון דער פֿונדאַציע „אינפֿאַנט‟, װאָס גרייט צו קינדער־דאָקטוירים, װאָס באַדינען אומזיסט כּמעט אַ מיליאָן קינדערלעך אין גאַנצן לאַנד.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה און די געזעלשאַפֿט פֿון די אונטערגרונט־באַנען פֿון דער שטאָט האָבן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך אויפֿצושטעלן אין דער סטאַנציע „פּאַסטער‟, װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון דער קהילה, אַ ספּעציעלן מוזיי, װאָס װעט דערמאָנען אין די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994. דער ציל איז צו פֿאַרװאַנדלען די סטאַנציע אין אַ פּערמאַנענטן צענטער מיט קונסט־בילדער און קינסטלערישער אָרנאַמענטיק, כּדי נישט צו פֿאַרגעסן און זוכן גערעכטיקייט פֿאַר די אומגעקומענע.
אין די אוניװערסיטעטן פֿון בוענאָס־אײַרעס און טשאַקאָ (אַ טויזנט ק״מ פֿון שטאָט) האָט מען הײַיאָר אָנגעהויבן מיט דער פּראָגראַם „דערציִען נישט צו פֿאַרגעסן — דער חורבן, פּאַראַדיגמע פֿון גענאָציד‟, װוּ די סטודענטן באַזוכן אָנהייב־ און מיטלשולן, און לערנען װעגן חורבן מיט די תּלמידים. זינט יולי האָט מען באַזוכט 10 שולן און 3,200 תּלמידים אין עלטער פֿון 11 יאָר האָבן באַקומען ספּעציעלע לעקציעס. די אוניװערסיטאַרע גרופּע רופֿט זיך „עסקנים פֿאַרן שלום‟; און זיי באַקומען יעדן טאָג אַזוי פֿיל װענדונגען פֿון שולן, אַז זיי פּלאַנירן אויף איבעראַיאָר צוגרייטן נאָך מער װאָלונטירן פֿאַר דער אַרבעט.
די ישׂראלדיקע מאָדערנע טאַנצגרופּע „מיומנה‟, װאָס האָט גרויס דערפֿאָלג אין אַרגענטינע איז דעם סעזאָן אויפֿגעטראָטן צום 10טן מאָל אין קאָרדאָבאַ, ראָזאַריאָ און בוענאָס־אײַרעס. דאָס מאָל האָבן די פּראָ־פּאַלעסטינער גרופּעס גערופֿן בויקאָטירן די פֿאָרשטעלונגען און פּיקעטירט פֿאַרן אַרײַנגאַנג צום טעאַטער. די פּאָליציי האָט פֿאַרטיידיקט דעם עולם, און אַלע פֿאָרשטעלונגען זײַנען אַדורך בשלום.
דינסטיק, דעם 4טן נאָוועמבער, איז אין דער „אוידיטאָריע ראָקאַ‟ פֿונעם אוניװערסיטעט אין בעלגראַנאָ, פּרעזענטירט געװאָרן דאָס בוך „סאַברע — אַליין קעגן אַן אימפּעריע‟ פֿון מאַרקאָס אַגיניס און גוסטאַװאָ פּערעדניק. די מחברים האָבן געפֿאָרשט די לעבנס־געשיכטע פֿון אַבֿשלום פֿײַנבערג (1889־1917), װאָס האָט אָנגעהויבן צו 12 יאָר זײַנע טעטיקייטן קעגן דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע און איז געװען איינע פֿון די גרינדערס פֿון „ניל״י‟ (נצח ישׂראל לא ישקר), װאָס האָט געהאָלפֿן די ענגלענדער צו באַקעמפֿן די טערקן בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. די מחברים האָבן געענטפֿערט אויף פֿראַגעס, װאָס דער עולם האָט געשטעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.