אויף דער רוסיש־אוקראַיִנישער גרענעץ וואַקסט אויס אַ נײַע וואַנט. פֿינף און צוואַנציק יאָר זײַנען דורכגעלאָפֿן זינט דעם 9טן נאָוועמבער 1989, ווען ס’איז געשען די (ווי דעמאָלט האָט עס אויסגעזען) אומגלויבלעכע זאַך — די בערלינער וואַנט האָט מער ניט צעטיילט דײַטשלאַנד. פֿאַקטיש האָט עס געמיינט, אַז ס’איז געקומען אַ סוף צו דער גאַנצער תּקופֿה פֿון דער קאַלטער מלחמה.
איך געדענק זייער גוט די פֿרייד, וואָס האָט מיך אַרומגעכאַפּט בײַם דערהערן די נײַעס. עס האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס לעבן וועט אויסזען גאָר אַנדערש אין די קומענדיקע יאָרן. און זיי, די יאָרן, זײַנען טאַקע געווען אין גאַנצן אַנדערע. די גרענעצן, פֿריִער פֿאַרמאַכט אויף זיבן שלעסער הינטער דעם „אײַזערנעם פֿירהאַנג‟, האָבן זיך ברייט צעפּראַלט. די קאָמוניסטישע רעזשימען זײַנען אונטערגעגאַנגען. וואָס האָט געקענט זײַן בעסער?
איך שרײַב עס מיט אַזאַ ענטוזיאַזם, ווײַל איך בין, אין תּוך אַרײַן, אַ בר־מזל פֿון דער גאַנצער איבערקערעניש, דער סימבאָל פֿון וועלכער ס׳איז געוואָרן דאָס פֿאַלן פֿון דער בערלינער וואַנט; און די צאָל אַזעלכע מזלדיקע לײַט איז, בלי־ספֿק, אַ ריזיקע. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז אַלע זײַנען צופֿרידן. די אויספֿרעגן ווײַזן, למשל, אַז אַ גאַנץ היפּשער חלק פֿון די דײַטשן וואָלטן געוואָלט, אַז אַ וואַנט זאָל ווידער צעטיילן זייער לאַנד, זיי אָפּגרענעצן דעם מערבֿ פֿון דעם מיזרח.
פֿאַר אַ סך מענטשן פֿונעם מיזרחדיקן טייל האָט די „ווענדע‟ — ווי מע האָט גענומען רופֿן דעם פּראָצעס, וואָס האָט אין לעצטן סך־הכּל געפֿירט צום פֿאַראייניקן דײַטשלאַנד — געמיינט, אַז זייער לעבן איז געוואָרן ערגער. אַ שטייגער, עס האָט זיך פֿאַרמאַכט די אונטערנעמונג, וווּ דער מענטש האָט געאַרבעט; אָדער זײַן פֿאַך איז געווען אַזאַ, אַז אין דעם פֿאַראייניקטן לאַנד האָט מען זיך אין דעם מער ניט גענייטיקט. און אייניקע זײַנען דערצו געווען און בלײַבן אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון קאַפּיטאַליזם. אַזעלכע זײַנען אויך געווען און נאָך אַלץ פֿאַראַן. אָדער מע געדענקט, אַז די מאַמעס פֿון קליינע קינדער האָבן געהאַט בעסערע באַדינגונגען דווקא אין דעם קאָמוניסטישן דײַטשלאַנד. און אַזוי ווײַטער.
אַ סבֿרא, אַז נאָסטאַלגיע נאָך דער „וואַנט‟ איז פֿאַרשפּרייט אויך אין אַנדערע לענדער, וווּ עס האָבן געהאַט געהערשט קאָמוניסטישע רעזשימען. ווידער אַ מאָל — שפּילט אין דעם עפּעס אַ ראָליע די אידעאָלאָגיע. ניט צופֿעליק שטימט מען אָפֿט מאָל פֿאַר איבערגעניצעוועטע קאָמוניסטישע פּאַרטייען. אַ חוץ דער אידעאָלאָגיע, זײַנען פֿאַראַן אויך אָביעקטיווע סיבות צו זײַן ניט צופֿרידן. אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער לעבן גוט צי אַפֿילו זייער גוט נאָר אייניקע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג, בעת דער ברייטער עולם האָט פֿאַרלוירן סטאַבילקייט פֿון זייער אַרבעט און געוויסע סאָציאַלע בענעפֿיטן.
זייער בולט איז די אומצופֿרידנקייט אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך אין אוקראַיִנע. ס’איז דאָך ניט צופֿעליק, אַז מע בונטעוועט גראָד אין דער געגנט, וווּ אין די סאָוועטישע צײַטן איז געווען באַזונדערס גוט אַנטוויקלט די אינדוסטריע. אין אַזעלכע ערטער פֿילט מען דאָך זייער שאַרף דעם אונטערגאַנג פֿון פֿאַבריקן און אַנדערע אונטערנעמונגען. דערצו קען די פּראָדוקציע פֿון די פֿאַרעלטערטע פֿאַבריקן געפֿינען אַן אויסלענדישן מאַרק, דער עיקר, אין רוסלאַנד. אַנדערש דאַרף עס קיינער ניט.
בכלל, ס’איז געווען אַ מאָדנער מצבֿ: פֿון איין זײַט, האָט די פּראָדוקציע, וואָס מע האָט דאָרטן אויסגעאַרבעט, פֿאַרנומען זייער אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער סטאַטיסטיק פֿון לאַנד, אַזוי אַז עס האָט זיך געקענט שאַפֿן — און בײַ אַ סך היגע לײַט האָט זיך טאַקע געשאַפֿן — די מיינונג, אַז זיי „האָדעווען דאָס לאַנד‟. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די דאָזיקע געגנטן אויפֿגעגעסן זייער גרויסע סובדידיעס, וועלכע עס האָט זיי געגעבן די רעגירונג, כּדי די אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען זאָלן זיך, חלילה, ניט פֿאַרמאַכן.
אַזוי צי אַזוי, ווערט איצט אין אוקראַיִנע אויפֿגעבויט אַ נײַע וואַנט, וואָס טיילט די מדינה אָפּ פֿון איר שכן — רוסלאַנד. אמת, אַ גרויסער טייל פֿון דער גרענעץ איז אונטערן קאָנטראָל פֿון פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן. עס מיינט, אַז אין גאַנצן וועט מען זיך ניט קענען באַהאַלטן הינטערן נײַעם מויער, וועלכן מע רופֿט שוין „פּוטינס וואַנט‟; און ווי די בערלינער וואַנט האָט צעטיילט ניט נאָר דײַטשלאַנד, נאָר אויך די גאַנצע וועלט, שאַפֿט אויך „פּוטינס וואַנט‟ אַ גרענעץ צווישן דעם אַלץ־מער־אויטאָקראַטישן רוסלאַנד און דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע, צי לכל־הפּחות דער שטרעבונג צו אַזאַ דעמאָקראַטיע.
איז באַרעכטיקט צו זאָגן, אַז איצט, פֿינף־און־צוואַנציק יאָר נאָכן סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה, האָבן מיר ווידער אַ קאַלטע מלחמה? הגם עס זײַנען דאָ געוויסע פּאַראַלעלן, איז די טעמפּעראַטור דערווײַל ניט אַזאַ נידעריקע ווי אין יענע יאָרן. אָבער מע זעט ניט קיין סימנים, וועלכע זאָלן ווײַזן, אַז די באַציִונגען וועלן אָט־אָט זיך אומקערן צו די „גוטע צײַטן‟, ווי זיי זײַנען געווען איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן דער אוקראַיִנישער קריזיס. אַפֿילו סימבאָליש: וולאַדימיר פּוטין איז ניט געפֿאָרן קיין בערלין צו פֿײַערן דעם 25־יאָריקן יוביליי. דערצו האָט ער מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער, רעדנדיק וועגן געשיכטע, גאַנץ וואַרעם זיך אָפּגערופֿן וועגן דעם „מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ פּאַקט‟. דערמיט האָט ער זיכער געוואָלט עפּעס זאָגן צי, פּינקטלעכער, אַרײַנזאָגן דער מערבֿדיקער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.