די אייראָפּעיִשע ייִדישע אינסטיטוציעס זענען הײַנט געוואָרן קלאָרע צילן פֿון טעראָריסטישע אַקציעס. פֿון דעסטוועגן, זעט מען דערווײַל ווייניק פּראָגרעס בײַם פֿאַרבעסערן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון די אייראָפּעיִשע שילן, ייִדישע טאָגשולן, מוזייען און קהילה־צענטערס.
צום טייל איז שולדיק אַ געוויסער אומצוטרוי צו דער אָרטיקער פּאָליציי, בפֿרט אַז די פּאָליציי וויל נישט באַשולדיקט ווערן אין אַרויסווײַזן אַ „פּרעפֿערענץ‟ פֿאַר איין עטנישער גרופּע איבער די אַנדערע. בעת אַ פֿאַרזאַמלונג לעצטנס פֿון די אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער זיכערהייט־באַאַמטע אין „ראָטגערס־אוניווערסיטעט‟, אין ניואַרק־ניו־דזשערזי, האָט מען טאַקע געגרינדעט אַן איניציאַטיוו, וואָס זאָל העלפֿן די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע מיטצואַרבעטן מיט דער פּאָליציי, כּדי צו פֿאַרהיטן צוקונפֿטיקע אַטאַקן. דער איניציאַיוו ווערט געשטיצט פֿון „ראָטגערס‟ בשותּפֿות מיט די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟.
בערך 40 מענטשן זענען בײַגעווען — רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע, ווי אויך פּאָליציאַנטן פֿון ביידע קאָנטינענטן. אויף איין סעסיע האָט מען פּרטימדיק איבערגעגעבן די הײַנטיקע סכּנות אין אייראָפּע, און אויף אַ צווייטער — האָט געוויזן אויפֿן בײַשפּיל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליציי די געראָטנסטע מיטלען אויסצומײַדן טעראָריסטישע אַטאַקן.
דער איניציאַטיוו, Faith-Based Communities Security Program, האָט שוין באַקומען אַ בײַשטײַער פֿון פּאָל מילער, אַ פֿילאַנטראָפּ אין ניו־דזשערזי און געוועזענער עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון Pfizer, די ריזיקע פֿאַרמאַצעווטישע פֿירמע. במשך פֿון די קומעדיקע חדשים וועט די פּראָגראַם שיקן הויכע באַאַמטע פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג און ייִדישע כּלל־טוער קיין אייראָפּע צו העלפֿן די אָרטיקע רעגירונג־ און ייִדישע פֿירער.
די פּראָגראַם איז אַרויסגעוואַקסן פֿון אַ זאָרג וועגן די בלוטיקע אַקציעס קעגן ייִדן אין אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט די אַטאַקן אויף שילן אין פֿראַנקרײַך; גאַס־אַטאַקן אויף ייִדן אין דײַטשלאַנד, האָלאַנד און ענגלאַנד, און טייטלעכע אַטאַקן אויף ייִדישע אינסטיטוציעס אין בריסל, בעלגיע און טולוז, פֿראַנקרײַך.
די אייראָפּעיִשע לענדער ראַנגלען זיך מיט געוויסע שוועריקייטן, ווען עס רעדט זיך וועגן באַשיצן ייִדישע אינסטיטוציעס. אויף דער פֿאַרזאַמלונג אין „ראָטגערס‟, האָט אַ באַאַמטע פֿון אַ ייִדישער זיכערהייט־אינסטאַנץ אין פֿראַנקרײַך דערקלערט, אַז די פֿראַנצייזישע פּאָליציי אַרבעט נישט צוזאַמען מיט די אָרגאַניזאַציעס, וואָס רעפּרעזענטירן מינאָריטעט־גרופּעס — צום טייל, ווײַל נאָך דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע האָט די רעגירונג באַטראַכט די ציווילע מיליצן ווי אַ סכּנה, און צום טייל, ווײַך נאָך דער נאַצי־אָקופּאַציע וויל די פּאָליציי נישט אויסזען ווי זי קולטיווירט ציווילע אינפֿאָרמאַנטן.
דערצו האַלט מען, אַז געוויסע פּראָגראַמען, וואָס זענען מצליח געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — ווי, למשל, די קאַמפּאַניע פֿונעם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, „אויב דו זעסט עפּעס, זאָג עפּעס‟ — וועלן מסתּמא נישט געלינגען אין די געוועזענע לענדער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן באַמערקט די באַאַמטע פֿון יענע לענדער.
פֿאַר וואָס? בעת דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, איז דאָס „האַלטן אַן אויג‟ געווען אַ פֿונקציע פֿון דער מלוכישער אויסשפּיר־אינסטאַנץ, האָט איין אייראָפּעיִשער באַאַמטע דערקלערט. „דאָס קען מען נישט בײַטן איבערנאַכט.‟
נאָך אַ שטער בײַם צונויפֿברענגען די פּאָליציי מיט די ייִדישע קהילה־פֿירער איז די מיינונג, אַז די ייִדן קאָנען זיך אַליין אַן עצה געבן. די פּאָליציי אין דענמאַרק, למשל, באַטראַכטן נישט די ייִדן ווי דענער, נאָר גיכער ווי „ייִדן, וועלכע וווינען אין דענמאַרק‟, האָט באַמערקט יונתן פֿישער, דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה. „דערפֿאַר קלערן זיי, אַז דאָס איז אַן ענין, וואָס די ייִדן דאַרפֿן אַליין לייזן, אַנשטאָט צו זען עס ווי אַ פּראָבלעם מיט אַ דענישער מינאָריטעט.‟
דערצו טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז די פּאָליציי־אינסטאַנץ אין איין לאַנד וויל נישט איבערגעבן קיין אינפֿאָרמאַציע אַ צווייטן לאַנד, האָט געזאָגט ראַבינער אַנדרו בייקער, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ענינים בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟. די דענישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן האָבן שוין דאָקומענטירט בערך הונדערט מענטשן, וועלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין עקסטרעמיסטישע איסלאַמיסטישע גרופּעס אין אַנדערע לענדער, און האָבן זיך דערנאָך אומגעקערט קיין דענמאַרק, אָבער זיי קווענקלען זיך צו טיילן זיך מיט דער אינפֿאָרמאַציע מיט די אויסשפּיר־אַגענטורן פֿון אַנדערע לענדער.
„דאָס לייגט זיך אָבער נישט אויפֿן שׂכל, נעמענדיק אין באַטראַכט די אָפֿענע גרענעצן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. הײַנט קען מען דאָך גרינג פֿאָרן אין אַן אויטאָ פֿון בריסל קיין פּאַריז,‟ האָט בייקער געזאָגט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן פֿאַרדעכטיקטן טעראָריסט, וואָס האָט אַטאַקירט דעם מוזיי אין בריסל, און איז דערנאָך אַרעסטירט געוואָרן אין פֿראַנקרײַך.
„די פּאָליציי אין פּאַריז און קאָפּענהאַגען דאַרפֿן אַוודאי נישט, אַז די אַמעריקאַנער פּראָפֿעסיאָנאַלן זאָלן זיי קומען און זאָגן ווי אַזוי צו פֿירן זייער אַרבעט,‟ האָט דערקלערט דזשאָן קאָהען, אַ „ראָטגערס‟־פּראָפֿעסאָר און געוועזענער הויפּט פֿון אויסשפּיר־אַנאַליז אינעם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט. „ס׳איז אָבער גוט פֿאַר אַלעמען, ווען די פּאָליציי־באַאַטע פֿון לענדער איבער דער וועלט טיילן זיך מיט זייערע אייגענע סטראַטעגיעס.‟
צווישן די סטראַטעגיעס, וואָס קאָהען און אַנדערע האָבן פֿאָרגעלייגט, איז דאָס אָנקניפּן נאָענטע באַציִונגען מיט די מוסולמענישע ייִשובֿים, כּדי צו אידענטיפֿיצירן מעגלעכע אַטאַקירער; דערנענטערן די פּאָליציי מיט די פֿירער פֿון מינאָריטעט־ייִשובֿים, און דערציִען די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן די בלוטיקע אידעאָלאָגיעס פֿון די עקסטרעמיסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.