דוד אַבֿרהם וואָלוק, אַ פֿרומער ייִד, דאַרף אָפֿט אַרומפֿאָרן איבערן שטאַט אַלאַסקע צוליב זײַן אַרבעט ווי אַ ריכטער, און ס׳איז נישט תּמיד גרינג צו געפֿינען כּשר עסן. „ברוך השם, מע קען תּמיד קריגן לאַקס און ׳האַליבוט׳,‟ האָט ער געזאָגט.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס געפֿינט זיך אַ פֿרומער ייִד פֿון פֿילאַדעלפֿיע אין אַזאַ נישט־ייִדיש אָרט, וווּ זומערצײַט קאָן ער נישט מאַכן הבֿדלה ביז דרײַ אַזייגער פֿאַר טאָג? דער ענטפֿער: וואָלוק איז איינער פֿון די גרעסטע עקספּערטן אין דער יוריספּרודענץ פֿון די אינדיאַנער שבֿטים אין אַלאַסקע.
אין דער אמתן וווינט וואָלוק מיט זײַן משפּחה אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן, אָבער צוליב זײַנע אָפֿטע רײַזעס, מוז ער, געוויינטלעך, ניצן „סקײַפּ‟ צו רעדן מיט זײַנע דרײַ קינדער, נחמה־חיה, יהודה דבֿ־בער און אמונה־גאָלדע, אָדער צו העלפֿן זיי מיט זייער היימאַרבעט.
אין אַלאַסקע באַטרעפֿן די אינדיאַנער כּמעט 15% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אין פֿאַרגלײַך מיט 1.2% פֿון דער גאַנצער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, און יעדער שבֿט עקזיסטירט ווי אין זײַן אייגן לאַנד. די שבֿטים־געריכטן האָבן נישט קיין פּאָליציי אָדער תּפֿיסות, און מע באַשטראָפֿט פֿאַר די קלענערע פֿאַרברעכנס דורך גיבן דעם שולדיקן וואָלונטיר־אַרבעט אָדער אַנדערע קאָמונאַלע אויפֿגאַבעס. אַ מאָל פּסקנט וואָלוק, אַז דער שולדיקער זאָל האַקן האָלץ פֿאַר געוויסע משפּחות; אַ צווייט מאָל — אַז ער זאָל שאַרן שניי.
„די אַלאַסקער שבֿטים־געריכטן גיבן די פּריאָריטעט דער משפּחה,‟ האָט ער געזאָגט. „אַ שבֿט איז דאָך אַליין איין גרויסע צעצווײַגטע משפּחה.‟
וואָלוקס ביוראָ איז באַצירט מיט אינדיאַנער קונסטווערק און אַנדערע אינטערעסאַנטע חפֿצים: ים־גראָז, קאָרע פֿון אַ צעדערבוים, אַ פֿעדער פֿון אַן אָדלער און אַ צווייטער פֿעדער פֿון אַ קראָ. „מענטשן פֿילן זיך באַקוועמער, ווען זיי זעען דאָ זאַכן, וואָס זענען זיי באַקאַנט,‟ האָט ער דערקלערט. „און אין סיטקאַ דאַרף מען תּמיד געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן דעם אָדלער און דעם קראָ, ווײַל דאָס זענען די סימבאָלן פֿון די צוויי הויפּט־שבֿטים.‟
איינער פֿון די עקספּאָנאַטן זעט אויס ווי אַ שופֿר. „יאָ, ס׳איז טאַקע אַ שופֿר,‟ האָט וואָלוק זיך צעלאַכט. „כ׳האָב עס געבלאָזן יעדן טאָג אין אלול. כ׳טו עס געוויינטלעך אָן אַ וואָרענונג, כּדי צו מאַכן אַ סורפּריז מײַנע מיטאַרבעטער.‟
דערצויגן אין אַ נישט־רעליגיעזער היים, האָט וואָלוק גראַדויִרט פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילווייניע אין 1992, מיט אַ דיפּלאָם אין סאָציאָלאָגיע פֿון רעליגיע, און דערנאָך האָט ער שטודירט די יוריספּרודענץ פֿון סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג. אַ פֿרײַנד האָט אים ווערבירט צו אַרבעטן ווי אַ לעגאַלער פּראַקטיקאַנט מיט צוויי שבֿטים אין סיטקאַ, אַלאַסקע — „קלינק־געט‟ און „האַיִדאַ‟, און ער האָט זיך געכאַפּט, אַז די שטעלע פֿאַרבינדט זײַנע צוויי הויפּט־אינטערעסן: יוריספּרודענץ מיט דער קולטורעלער און גײַסטיקער זײַט פֿון סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג. „די אינדישע יוריספּרודענץ איז בײַ מיר געוואָרן ממש אַן אָבסעסעיע,‟ האָט ער געזאָגט.
דורך זײַן דערנענטערונג צו די אַלאַסקער שבֿטים, האָט וואָלוק גלײַכצײַטיק אָנגעהויבן באַמערקן ענלעכקייטן צו זייער קולטור און זײַן אייגענער. מיט דער צײַט האָט ער אָנגעהויבן קלערן אַלץ מער וועגן זײַנע ייִדישע וואָרצלען: „דאָ קעמף איך אויפֿצוהאַלטן די טראַדיציעס פֿון די אַלאַסקער אינדיאַנער, אָבער ווער קעמפֿט פֿאַר די טראַדיציעס פֿון מײַן אייגן פֿאָלק?‟ ער האָט אָנגעקניפּט אַ באַציִונג מיט חב״ד־ליובאַוויטש און צום סוף, האָט ער באַשלאָסן צו נעמען אַ הפֿסקה פֿון דער אַרבעט און גיין לערנען תּורה. ער האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי, און זיך פֿאַרטיפֿט אין לערנען אין ישיבֿה.
צוויי יאָר שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט קיין סיטקאַ — דאָס מאָל, באַגלייט מיט אַ פֿרוי און קינדער — און ממשיך געווען זײַן אַרבעט ווי אַ ריכטער פֿון די שבֿטים. „זיי זענען געווען זייער גליקלעך מיך צו זען,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי האָבן אַפֿילו נישט באַמערקט מײַן באָרד, פּאות און יאַרמלקע…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.