דער נאָמען פֿון דער שטאָט פֿילאַדעלפֿיע, וווּ עס געפֿינט זיך דער „טעמפּל־אוניווערסיטעט‟, איז אויף גריכיש דער טײַטש „ליבשאַפֿט צווישן די ברידער‟. דעם 2טן נאָוועמבער איז דאָרטן פֿאָרקומען די ערשטע קאָנפֿערענץ פֿון דער אָרגאַניזאַציע „די שוועסטערשאַפֿט פֿון שלום־סאַלאַם‟, געווידמעט דווקא דער סאָלידאַריטעט פֿון די פֿרויען — דהײַנו, ייִדישע און מוסולמענישע פֿעמיניסטקעס.
די גרופּע, בלויז פֿאַר פֿרויען, איז געגרינדעט געוואָרן אין ניו־דזשערזי, אינעם יאָר 2011, מיט דער הילף פֿון דער ניו־יאָרקער „פֿונדעאַציע פֿאַר עטנישן פֿאַרשטאַנד‟, אָבער בלויז מיט אַ יאָר צוריק האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַראייניקטער אָרגאַניזאַציע, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך ייִדישע און מוסולמענישע פֿרויען פֿון באָסטאָן, קענזאַס, באָלטימאָר און מינעאַפּאָליס. אין ניו־דזשערזי, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן און מוסולמענער, אָפֿט אין די זעלבע ראַיאָנען פֿונעם מיטל־קלאַס, זענען קאָנצענטרירט 5 פֿון די 10 אָרגאַניזאַציע־אָפּטיילן. נאָך איין אָפּטייל איז אַקטיוו אין ניו־יאָרק. צום ערשטן מאָל זענען די גרופּעס פֿון פֿאַרשיידענע שטעט זיך צונויפֿגעקומען אינעם „טעמפּל־אוניווערסיטעט‟.
שעריל אָליצקי, די מיטגרינדערין און אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער „שוועסטערשאַפֿט‟, האָט דערציילט, ווען מע האָט אָנגעהויבן זיך גרייטן צו דער אונטערנעמונג, דעם לעצטן זומער, איז עס אָנגעגאַנגען זייער שווער, צוליב דער מלחמה אין עזה. בעת דער באַגעגעניש זענען פֿאָרגעקומען שאַרפֿע פּאָליטישע דעבאַטן. למשל, ברענדאַ נעמי ראָזענבערג, אַן איבערצײַגטע ציוניסטקע, האָט געפֿירט אַ הייסע דיסקוסיע מיט אַן אַנדער באַטייליקטע, סאַמיאַ מוסטאַפֿאַ באַכסון פֿון סענעגאַל, וועלכע האָט פֿאַרדאַמט ישׂראל פֿאַרן דערהרגענען 2,000 פּאַלעסטינער, אויף 70 פּראָצענט ציווילע מענטשן. ראָזענבערג האָט געענטפֿערט מיטן פֿאַרדאַמען די ראַקעט־אַטאַקן פֿון „כאַמאַס‟. באַכסון האָט שפּעטער דערקלערט, אַז זי האָט דווקא הנאָה פֿון אַזעלכע דעבאַטן. אויב די פֿרויען ווילן זיך פֿאַראייניקן, מוזן זיי אָפּשמועסן אַלע קאָנפֿליקט־טעמעס.
אַטיִאַ אַפֿטאַב, אַ מיטגעגרינדערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, בשותּפֿות מיט אָליצקי, האָט בעת איר אויפֿטריט באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו באַטראַכטן די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער מוסולמענישער וועלט, און די לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדיש־מוסולמענישע באַציִונגען. ווען מע הייבט אָן דיסקוטירן וועגן די הײַנטצײַטיקע פּאָליטישע קאָנפֿליקטן, האָט זי צוגעגעבן, מוז מען געדענקען, אַז צווישן די צוויי רעליגיעס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרבינדונגען און ענלעכקייטן.
מאַריסאַ דזשיימס, אַן אַקטיוויססקע פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „תּרועה‟, וואָס פֿאַרטיידיקט די מענטשנרעכט אין אַמעריקע, האָט באַמערקט, אַז אין דער הײַנטיקער אַטמאָספֿער אינעם לאַנד זענען אַזעלכע אונטערנעמונגען באַזונדערס וויכטיק. די, וואָס האָבן פֿײַנט די מוסולמענער, זענען אָפֿט בפֿירושע אַנטיסעמיטן און בכלל שׂונאים פֿון די רעליגיעזע מינאָריטעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.