דער פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָט באַערט די קהילה און זיך אָנגעשלאָסן צו די פֿײַערונגען פֿון די 120 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ. דאָנערשטיק, דעם 6טן נאָוועמבער, האָבן די דעפּוטאַטן פֿון אַלע ריכטונגען אויפֿגענומען אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון דער קהילה, און רעדנער האָבן אונטערגעשטראָכן דעם בײַטראָג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג צו דעם פּראָגרעס פֿון דער שטאָט.
דער װיצע־פֿאָרזיצער, אַ. ריטאָנדאָ האָט געמאָלדן, אַז דער פּאַרלאַמענט האָט באַשטימט דעם 18טן יולי װי אַ טרויער־טאָג אין דער שטאָט, צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, װאָס האָט גורם געװען 85 קרבנות. אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע, האָט צוגעזאָגט, אַז צו די קומענדיקע װאַלן װעט זײַן פּאַרטיי אַרײַננעמען אין זייער פּלאַטפֿאָרם, אָפּצושאַפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, װײַל מען טאָר נישט אונטערהאַנדלען מיט קיין מערדער.
אַ רירנדיקער מאָמענט פֿון דער זיצונג איז פֿאָרגעקומען, װען געניע אונגער, אַ לעבנס־געבליבענע פֿון אוישװיץ, האָט איבערגעגעבן דעם װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה אַ ספּעציעלן טאָװל, װוּ די שטאָט באַערט די אינסטיטוציע, װאָס איז אַ מאָדעל פֿון דער סאָציאַלער הילף אין שטאָט.
עס זײַנען בײַגעװען אויף די באַערונג פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס, און דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, האָט אויך באַגריסט די זיצונג.
אַ פּאָר שעה נאָך זײַן באַטייליקונג אויף דער באַערונג פֿאַר דער קהילה, װאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט, איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער דרינגענדיק אָפּערירט געװאָרן אויפֿן האַרצן. מען רעכנט, אַז דאָס איז אַ נאָכװייעניש פֿון דעם אָנגריף, װאָס ער און זײַן פֿרוי האָבן געליטן מיט אַ װאָך צוריק, װען מען האָט זיי פֿרײַטיקס־צו־נאַכטס באַפֿאַלן, געשאָסן אויף זיי, פֿאַרװוּנדעט די פֿרוי, און די קוילן װאָס זײַנען געװען געװענדט אין אים, זײַנען געבליבן שטעקן אינעם רעװאָלװער. ביידע געפֿינען זיך איצט אין אַ גוטן געזונט־צושטאַנד.
דאָס בוך „די פּאַסאַזשירן פֿון װעסער‟ פֿונעם פֿאָרשער און זשורנאַליסט סילװיאָ הובערמאַן איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דער אוידיטאָריע פֿון דער באַנק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.
דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון ברעמען און אָנגעקומען קיין אַרגענטינע דעם 14טן אויגוסט 1889 נאָך אַ רײַזע פֿון 35 טעג. דאָ האָט מען זיי אָפּגענאַרט, נישט באַזאָרגט זיי מיט די צוגעזאָגטע מינימאַלע באַדינגונגען און נאָך גרויסע שװעריקייטן האָבן זיי געשאַפֿן די אַגראַר־קאָלאָניע „מאָזעסװיל‟.
אַן אינטערעסאַנטער בײַטראָג פֿון מחבר איז זײַן באַשרײַבונג פֿון דער שיף, װאָס האָט געהאַט 60 ערטער אין דעם ערשטן קלאַס, 120 אין דעם צװייטן און 700 אין דעם דריטן. אָבער איבער 800 ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען אָנגעקומען מיט 121 יאָר צוריק. געשמועסט מיטן מחבר װעגן זײַן בוך האָבן עמיליאָ פּערינאַ (קאָנסטאַנטינאָװסקי), אַן עקאָנאָמיסט און אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט, און אַן „אַוראייניקל‟ פֿון „װעסער‟ און דער ליצ׳ קלאַודיאָ אַװרוך, סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט און קולטורעלן פּלוראַליזם פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.
דער שטאַרקער רעגן פֿון די לעצטע טעג האָט גורם געװען גרויסע פֿאַרפֿלייצונגען אַרום דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, און טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַרלוירן זייער גאַנצן האָב־און־גוטס. 3 מענטשן זײַנען דערטרונקען געװאָרן און אַ 5,000 — האָבן אָנגעװוירן זייערע אָרעמע היימען.
ייִדישע אינסטיטוציעס, מיט דער קהילה בראש, האָבן אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין און צונויפֿגעקליבן קאָלדרעס, מאַטראַצן, קליידער, שיך, מילך, װאַסער, מאכלים און שטאַרקװאַסער, און זיי פֿאַרטיילט צװישן די נויטבאַדערפֿטיקע. אין אַלע שולן האָט מען געװידמעט ספּעציעלע לעקציעס אויף דער טעמע „סאָלידאַריטעט‟. דער גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, דניאל סיאָלי, האָט באַזוכט די קהילה, באַדאַנקט דעם ייִשובֿ פֿאַר דער פּערמאַנענטער הילף, און האָט אונטערגעשריבן אָפּמאַכן אָנצוּװענדן די טעכנאָלאָגישע רעסורסן פֿון דער קהילה אין דער פּראָװינץ.
דעם 9טן נאָװעמבער האָט מען דערמאָנט אין דעם בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל די „קרישטאָלנאַכט‟. אָרגאַניזירט פֿון דער „בני־ברית‟ און פֿון דעם אַרציבישאָף, האָט מען דערמאָנט דעם פּאָגראָם, װאָס איז געװען דער אָנהייב פֿונעם חורבן מיט 76 יאָר צוריק. אָנגעפֿירט מיטן אָװנט האָט דער גײַסטלער זשיאַנעלי, און אַלע רעדנער האָבן אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט צו געדענקען אַזעלכע עפּיזאָדן, װאָס טאָרן זיך ניט איבערחזרן.
דער דעפּוטאַט פֿעדעריקאָ פּינעדאָ האָט אויסגעדריקט דעם װוּנטש, אַז די דאַטע זאָל אַרײַנגענומען װערן אין אַלע שול־פּראָגראַמען; דער ראַבינער פֿאַביאַן שאָריק האָט באַדאַנקט דעם קאַרדינאַל פּאָלי פֿאַר זײַנע בײַטראָגן אין דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג, און דער קאַרדינאַל פּאָלי האָט דערקלערט, אַז ער פֿילט זיך שטאָלץ, װאָס זײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם, װי ער האָט עס אויסגעפֿאָרשט; און אַז די געמיינזאַמע אַרבעט, דער דיאַלאָג און אַ קעגנזײַטיקער דרך־ארץ, זײַנען די זײַלן פֿון זײַן אידעאָלאָגיע. די לעבן־געבליבענע האָבן אָנגעצונדן זעקס ליכט, און דער כאָר פֿון דער „העבראַיִקאַ‟ האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט די לידער „עושׂה שלום‟, „אלי, אלי‟ און „אבֿינו מלכּנו‟. הײַיאָר איז דער אָװנט אַדורך בשלום. פֿאַראַיאָרן האָט אַ גרופּע קאַטאָליקן דעמאָנסטרירט אין דעם קאַטעדראַל קעגן דעם דיאַלאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.