לאָמיר זיך אָפּלערנען פֿון חב״ד

Why Dissing Chabad Spirituality?


פֿון דזשיי מײַקלסאָן (ייִט״אַ)

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

מיט איבער אַ יאָר צוריק האָט דער „פּיו־אינסיטוט‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די שטודיע וועגן דעם „פּאָרטרעט‟ פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט זינט דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַ ריזיקע אָנגייענדיקע כוואַליע אָפּרופֿן. אין אַ געוויסן מאָמענט, איז די דאָזיקע טעמע געוואָרן אָבער גאַנץ דערעסנדיק. עס האָט מיך פֿאַרחידושט, אַז כּמעט קיינער האָט נישט דערמאָנט אין זייער אַנאַליז פֿונעם באַריכט די ענינים פֿון רוחניות, וואָס זענען פֿאַר מיר דער וויכטיקסטער „וועקטאָר‟ אין מײַן ייִדישן דרך.

למשל, מײַנער אַ באַקאַנטער, ראַבינער דען סמאָקלער, האָט אָנגעשריבן אַ גוטן אַרטיקל וועגן די מעגלעכע סטראַטעגיעס, וואָס זענען מסוגל צו פֿאַראינטערעסירן מער ייִדישע סטודענטן אין דער טעטיקייט פֿון „הלל‟, וווּ דער מחבר דינט ווי דער שעף־פֿאַרוואַלטער פֿאַר אינאָוואַציעס. אַ סך זײַנע באַמערקונגען זענען וויכטיק און שׂכלדיק, אַחוץ זײַן סתּירותדיקע נעגאַטיווע קאָמענטאַרן וועגן דער פֿרומער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע „אש־התּורה‟ און וועגן חב״ד.

סמאָקלער באַטאָנט, אַז „ס׳רובֿ ייִדן וועלן כּמעט זיכער זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין וועלכן־ניט־איז אָרטאָדאָקסישן סעקטאָר‟. למעשׂה, זעען מיר דאָך, אַז סײַ די ליובאַוויטשער, סײַ די ליטווישע חרדים ציִען צו זיך יאָ צו אַ גרויסע צאָל בעל־תּשובֿות. דער ראַבינער אַליין איז זיך מודה, אַז אין די קאַמפּוסן זענען די דאָזיקע גרופּעס גענוג פּאָפּולער צווישן די סטודענטן. אַדרבה, ס׳איז כּדאַי צו באַטראַכטן דעם סוד פֿון זייער דערפֿאָלג.

אויפֿן ערשטן בליק, איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די וועלטלעכע אַמעריקאַנער ייִדן וואָלטן געווען פֿאַראינטערעסירט אין אַזעלכע חבֿרות, וואָס שלאָגן פֿאָר די צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער צו לייגן תּפֿילין אויף דער גאַס, וואָס פֿון דרויסן זעט אויס גאַנץ מאָדנע, און וואָס צעטיילן די ראָלעס פֿון מענער און פֿרויען אין די שילן.

אין פֿאַרגלײַך מיט „הלל‟, שטעקט אָבער אין זייער טעטיקייט אַ וויכטיקער עלעמענט: דאָס אינטענסיווע רוחניות. אין פֿאַרגלײַך מיט „הלל‟, זענען די יאָגע־קלאַסן אין די אוניווערסיטעטן אַלעמאָל געפּאַקט. אַ סך סטודענטן זוכן אויף דער אינטערנעץ די ידיעות וועגן מעדיטאַציעס. צוליב דער זעלבער סיבה, ווערן זיי צוגעצויגן צו דער גײַסטיקער ענערגיע פֿון חב״ד־הײַזער.

ס׳וואָלט כּדאַי געווען דורכצופֿירן אַ דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונג נישט בלויז וועגן די טרוקענע ציפֿערן פֿון קהילה־מיטגלידשאַפֿט, נאָר וועגן דער באַציִונג פֿון די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן צום דאַוונען, מעדיטאַציעס און אַנדערע רוחניותדיקע ענינים. קיינער האָט עס דערווײַל נישט געטאָן. לויט מײַן פּערזענלעכן אײַנדרוק, זענען די אומאַפֿיליִיִרטע ייִדן, וועלכע ווילן נישט האָבן קיין שײַכות צו די וועלטלעכע ייִדישע קלובן וכּדומה, פֿאַראינטערעסירט דווקא אינעם רוחיותדיקן אַספּעקט פֿון ייִדישקייט.

דאָס מיינט נישט בלויז דאָס טראַדיציאָנעלע הלכה־לעבן. אַ קלאַס פֿון בודיסטישע מעדיטאַציעס מיט אַ ייִדישן טעם וואָלט אויך אויסגענומען. ווען מע קומט אַרײַן שבת אין אַ ליובאַוויטשער שיל, פֿילט מען דאָס התלהבֿות פֿון די מתּפֿללים, וואָס זינגען, טאַנצן און פֿאַרברענגען צוזאַמען. להיפּוך, אין אַ סך שילן און „הלל‟־קלובן וועט מען פֿאָרלייגן די באַטייליקטע, אַנשטאָט דעם, בלויז עפּעס אַ פֿאָרמעלע פּראָגראַם מיט אַ שטיקל לעקעך. איידער צו קריטיקירן די חב״דניקעס, איז כּדאַי אָפּצולערנען פֿון זיי, וואָס דער יונגער דור ייִדן וויל אין דער אמתן.