חסידישע משפּחה אַרעסטירט פֿאַר שווינדל פֿון 20 מיליאָן דאָלאַר

Hasidic Family Arrested in $20 Million Fraud Case


פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזעס (Forward)

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

ניו־יאָרק. — מער ווי אַ טוץ מיטגלידער פֿון אַן אָנגעזעענער סאַטמערער משפּחה אין ניו־יאָרק זענען דאָנערשטיק אַרעסטירט געוואָרן, ווי אַ טייל פֿון אַ ריזיקער שווינדל־קאָנספּיראַציע.

די 14 מענטשן, וועלכע געהערן צו, אָדער זענען געשעפֿטלעך פֿאַרבונדן מיט דער משפּחה רובין, וווינען אין וויליאַמסבורג, קרית־יואל און מאָנסי. זיי ווערן באַשולדיקט אין זאָגן ליגנס, כּדי אַרויסצובאַקומען 20 מיליאָן דאָלאַר דורך היפּאָטעקן אויף אייגנטום אין דרײַ קאַונטיס (צוויי פֿון זיי — אין דער שטאָט ניו־יאָרק), בעת זיי האָבן גלײַכצײַטיק באַקומען הונדערטער טויזנטער דאָלאַר דורך וווילפֿאַרזאָרג־בענעפֿיטן.

די מיטגלידער פֿון דער משפּחה האָבן, אַ פּנים, אָנגעגעבן פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע אין באַנק, כּדי צו קריגן 20 מיליאָן דאָלאַר אין היפּאָטעקן, אָבער האָבן עס דערנאָך נישט צוריקבאַצאָלט. אַנשטאָט דעם האָבן זיי אויסגעניצט דאָס געלט צו באַצאָלן די חובֿות פֿון זייערע קרעדיט־קאַרטלעך, און צו שטיצן אַנדערע גרונט־מיסחר פּראָיעקטן.

זיבן פֿון זיי ווערן באַשולדיקט אין זאָגן ליגנס צו באַקומען הונדערטער טויזנטער דאָלאַר פֿון „מעדיקייד‟ און שפּײַזמאַרקעס.

לויטן אָנקלאָג, האָט יהודה רובין, דער „קאָפּ‟ פֿון דער קאָנספּיראַציע, דערקלערט פֿאַר דער רעגירונג אַ הכנסה בשותּפֿות מיט זײַן פֿרוי, רחל רובין, פֿון בלויז 180$ אַ חודש, כּדי צו זײַן באַרעכטיקט אין קריגן וווילפֿאַרזאָרג־בענעפֿיטן פֿון דער רעגירונג; גלײַכצײַטיק האָט ער דערקלערט פֿאַר דער באַנק, אַז זיי פֿאַרדינען $31,000 אַ חודש, כּדי צו זײַן ראָוי צו קריגן אַ הלוואה.

אַ צווייטער באַשולדיקטער, שמואל רובין, האָט דערקלערט אַ הכנסה פֿון בלויז 200$ אַ וואָך, כּדי צו באַקומען בענעפֿיטן פֿון דער רעגירונג, אָבער אויף אַ הלוואה־אַפּליקאַציע האָט ער דערקלערט, אַז ער פֿאַרדינט אַ יערלעכע הכנסה פֿון $350,000, און אַז ער האָט אַ ווערט פֿון $10 מיליאָן.

אַ טייל פֿון די 14 מענטשן ווערן אויך באַשולדיקט אין אַנדערע פֿאַרברעכנס: זאָגן ליגנס צו די קרעדיט־געבער; אידענטיטעט־גנבֿה און גנבֿענען עפֿנטלעכע געלטער.

איינער פֿון די אַרעסטאַנטן, אַבֿרהם רובין, איז ערשט לעצטנס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה נאָכן זיצן דרײַ חדשים פֿאַר אַ צווייטן פֿאַרברעכן: פּרוּוון אונטערצוקויפֿן אַן עדות אינעם מישפּט פֿונעם חסידישן סעקסועלן באַלעסטיקער נחמיה וועבערמאַן.