ווען הרבֿ חיים קאָרסיאַ האָט אין יוני באַקומען דעם טיטל פֿונעם פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, האָט ער, קודם־כּל, באַנײַט און מאָדערניזירט זײַן ביוראָ. צווישן די ספֿרים האָט ער אַוועקגעשטעלט אַ מאָדעל פֿון אַן אַטאָמישער אונטערוואַסער־שיף — אַ מתּנה פֿאַר זײַן דינען במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט ווי אַ מיליטערישער רבֿ.
מיט אַ חודש שפּעטער, האָט ער אײַנגעפֿירט אין זײַן רבנות אַן אַנדער חידוש, וואָס האָט אָנגעוויזן די פֿראַנצויזישע ייִדן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די צוויי פֿריִערדיקע הויפּט־רבנים, וועלכע האָבן געהאַט אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע, איז ער טאַקע מסוגל צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אינעם לאַנד. אין יולי, האָט קאָרסיאַ אָנגעשטעלט אַ פֿרוי, דאָלי טויִטו, אויף איינער פֿון די צוויי נײַע פּאָזיציעס, וועלכע ער האָט געשאַפֿן אין דער קאָנסיסטאָריע — די אָפֿיציעלע צענטראַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין פֿראַנקרײַך.
ביז די 1990ער יאָרן, האָבן די פֿרויען נישט געהאַט קיין רעכט צו באַטייליקן זיך אין די קאָנסיסטאָריע־וואַלן. ס׳רובֿ פֿראַנצויזישע ייִדן זענען ספֿרדים, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען נישט צוגעוווינט צו געשלעכט־גלײַכקייט אין רעליגיע. ערשט אינעם יאָר 2006, צוליב אַ באַשלוס פֿון די אַוודאָקאַטן, האָבן די פֿרויען באַקומען אַ מעגלעכקייט צו דינען אין דער אָרגאַניזאַציע. טויִטו וועט באַהאַנדלען די טענות מצד דער קהילה קעגן דער קאָנסיסטאָריע.
הרבֿ משה לעווין, קאָרסיאַס חבֿר און עצה־געבער, האָט דערקלערט, אַז דער באַשלוס צו געבן אַ פֿרוי אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער רבנישער אָרגאַניזאַציע איז אַ סימן פֿון ממשותדיקע בײַטן. קאָרסיאַ באַציט זיך אויך מיט אַ געוויסער סימפּאַטיע צו די קינדער פֿון ייִדישע טאַטעס און נישט־ייִדישע מאַמעס. הגם זיי זענען נישט קיין ייִדן על־פּי הלכה, האָט דער רבֿ באַטאָנט, אַז זיי זענען פֿאָרט „זרע־ישׂראל‟ און האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק. ער איז אויך אויפֿגעטראָטן קעגן די מענער, וואָס זאָגן זיך אָפּ צו גטן זיך מיט זייערע פֿרויען און פֿאַרלאָזן זיי אינעם מצבֿ פֿון עגונות.
די קאָנסיסטאָריע איז געשאַפֿן געוואָרן מיט איבער צוויי הונדערט יאָר צוריק דורך נאַפּאָלעאָן, ווי אַן אָפֿיציעלע אָרטאָדאָקסיש־געשטימטע אינסטאַנץ, וואָס באַדינט די רעליגיעזע באַדערפֿענישן פֿון דער ייִדישער קהילה, וועלכע באַטרעפֿט הײַנט בערך 500,000 נפֿשות און בלײַבט די גרעסטע אין אייראָפּע. צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, געפֿינט זיך אויף איר שפּיץ אַ מענטש, וואָס וויל אײַנפֿירן אַ נײַעם סדר. קאָרסיאַ, אַן ענערגישער 51־יאָריקער מאַן, האָט אַ גוטן חוש פֿון הומאָר און אינטערעסירט זיך מיט פֿאַרשיידענע וועלטלעכע ענינים, אַרײַנגערעכנט די אַבסטראַקטע קונסט און ספּאָרט.
דער נײַער הויפּט־רבֿ איז געבוירן געוואָרן אין ליאָן. זײַנע עלטערן שטאַמען פֿון אַלזשיר און האָבן אימיגרירט קיין פֿראַנקרײַך אין די 1950ער יאָרן. הרבֿ אַבֿרהם ווײַל פֿון טולוז האָט באַמערקט, אַז קאָרסיאַ מאַכט נישט קיין חילוק צווישן די אַשכּנזישע און ספֿרדישע ייִדן. פֿאַרן חורבן, זענען ס׳רובֿ פֿראַנצויזישע ייִדן געווען אַשכּנזים. אין די 1950ער יאָרן, האָבן זיך אין פֿראַנקרײַך באַזעצט הונדערטער טויזנט ספֿרדישע אימיגראַנטן פֿון די געוועזענע פֿראַנצויזישע קאָלאָניעס אין צפֿון־אַפֿריקע.
הײַנט באַטרעפֿן די אַשכּנזים בערך 30 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פֿראַנקרײַך. לעצטנס, האָבן די צוויי גרופּעס זיך דערנענטערט איינע צו דער צווייטער. אין אַ סך שילן דאַוונען ספֿרדים און אַשכּנזים צוזאַמען.
אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע הויפּט־רבנים, באַציט זיך קאָרסיאַ אויך לײַכטער צו דער פּראָבלעם פֿון געמישטע חתונות. לויט זײַן שיטה, דאַרף מען „נאָרמאַליזירן‟ די קינדער פֿון נישט־ייִדישע מאַמעס און ייִדישע טאַטעס — דהײַנו, זיי מגייר צו זײַן אויף אַ גרינגן אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.