(די 2 טע זײַט פֿון 4)
באָריס טאָמאַשעווסקי דערציילט, אַז די אַמאָליקע פּרעכטיק שיינע אַקטריסע סאָפֿיע קאַרפּ האָט פֿאַרמאָגט אַ ביטערן זכּרון. זי האָט בשום־אופֿן נישט געקענט אײַנחזרן אירע ראָלעס, כאָטש גיי און עק זיך. זי האָט בײַ יעדער נײַער פּיעסע געמוזט זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן סופֿליאָר. באָריס דערציילט:
„מיר האָבן געדאַרפֿט שפּילן ׳ראָמעאָ און יוליאַ׳ האָב איך מיט סאָפֿיען טאָג און נאַכט אײַנשטודירט איר ראָלע; וואָס מער זי האָט פֿאַרגעדענקט, אַלץ מער האָט זי פֿאַרגעסן. אויב דער סופֿליאָר האָט געטאָן אַ הוסט, האָט זי אויך געהוסט. זי איז אָבער קיין מאָל נישט געבליבן אין אַ פֿאַרלעגנהייט, זי האָט גענומען רעציטירן ראָלעס פֿון אַנדערע פּיעסעס, וואָס ס’איז איר אײַנגעפֿאַלן אויפֿן מאָמענט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז שעקספּירן קען מען קיין אייגענע פּראָזע נישט געבן. ווען ס’איז געקומען צו דער באַלקאָן־סצענע, האָט פּאַסירט אַן אומדערוואַרטער אומגליק. דער באַלקאָן האָט זיך געפֿונען ווײַט פֿון סופֿליאָרס בודקע, און אָט קומט אָן די פֿאַרנאַכטיקע סצענע. סאָפֿיע קומט אַרויס אויפֿן באַלקאָן אין איר ׳נעגליזשעי׳, אַן עלעגאַנט נאַכט־העמד, איר קאָפּ אָנגעשפּאַרט אויפֿן רעכטן אָרעם.
„ראָמעאָ, דערזעענדיק זײַן געליבטע יוליאַ, שפּרינגט אַריבער דעם פּאַרקן און נעמט זיך דראַפּען ווי אַ קאַץ אויפֿן לײַטער. ער באַגריסט זײַן געליבטע. סאָפֿיע שעפּטשעט שטיל: ׳באָריס! איך הער נישט דעם סופֿליאָר!׳ — איך פּרוביר איר סופֿלירן די שורות, אָבער זי שעפּטשעט מיר ווידער אַרײַן אין אויער: ׳באָריס! איך הער קיין וואָרט נישט!׳
„איך בלײַב שטיין אויפֿן לײטער אַ פֿאַרגליווערטער, און איך פּרוביר זי באַרויִקן: ׳רעד! איך סופֿליר דיר וואָס דו דאַרפֿסט זאָגן! הער זיך צו!׳ — זי ענטפֿערט מיר ווײַטער, אַז זי הערט נישט. מיטאַמאָל הייבט סאָפֿיע אָן צו געבן פּראָזע פֿון ׳שולמית׳, אָבער קיין וואָרט נישט פֿון ׳ראָמעאָ און יוליאַ.׳
„איך שטיי אַ פֿאַרצווײפֿלטער אויפֿן לײטער און ווייס נישט, וואָס זי פּלאַפּלט דאָרט. איך רוק זיך צו נענטער און זאָג איר גאַנץ שטיל: ׳סאָפֿיע! וואָס פּלאַפּלסטו? דו רעדסט דאָך פּראָזע פֿון ׳שולמית׳. — ענטפֿערט זי מיר: ׳וואָס זאָל איך טאָן? איך הער נישט קיין וואָרט פֿון סופֿליאָר!׳
„איך בין אַראָפּגעשפּרונגען פֿון באַלקאָן, קיינער אין טעאַטער זאָל מיך נישט זען, און זיך געלאָזט גיין צו מײַן גאַרדעראָב־צימער. אַזוי גייענדיק, האָב איך נאָך געהערט ווי סאָפֿיע פּלאַפּלט די פּראָזע פֿון ׳שולמית׳‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.