געוויסע פּעסימיסטן מיינען, אַז דאָס ייִדישע לעבן פּראָגרעסירט נישט מער, ווײַל די ייִדישע מסורה איז פֿאַרגליווערט. פֿאַר אַזעלכע מענטשן איז כּדאַי צו באַזוכן די נײַע אויסשטעלונג אינעם שיקאַגער „ספּערטוס־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער בילדונג און פֿירערשאַפֿט‟, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי פֿאַרשיידענע תּשמישי־מיצווה און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע חפֿצים קאָנען רעפּרעזנטירט ווערן אויף כּלערליי חידושדיקע אופֿנים. אַדרבה, אין די באַקאַנטע סימבאָלן ווערט אָפּגעשפּיגלט דער אייביק לעבעדיקער גײַסט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע.
די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען „עמי רײַכערט: דערפֿינדנדיק ייִדישקייט פֿונסנײַ‟. רײַכערט איז אַ שיקאַגער קינסטלערין, אַרכיטעקטין און אויסשטעלונג־דיזײַנערין, וועלכע האָט געזאַמלט די אומגעוויינטלעכסטע וואַריאַנטן פֿון אַזעלכע חפֿצים, ווי קידוש־בעכערס און מנורות, און פֿאַנאַנדערגעשטעלט זיי אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן.
ווער וואָלט געטראַכט, למשל, אַז אַ פּאָר בעכערס קאָנען אויסזען ווי אַ הילצערנע אַבסטראַקטע קאָנסטרוקציע מיט זילבערדיקע זײַטן, וואָס דערמאָנט אין אַ וואָג מיט צוויי שאָלן? די חלה־ברעטער, סדר־קערות און אַנדערע חפֿצים זעען אויס פּונקט אַזוי חידושדיק, פֿאָרט חנעוודיק און שעפֿעריש. די עקספּאָנאַטן זענען פֿאַנאַנדערשטעלט לויט אַ געוויסער טיפֿער פּראָפּאָרץ און לאָגיק.
רײַכערט האָט מיר דערקלערט אין אַ טעלעפֿאָן־שמועס, אַז איר אויסשטעלונג שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויזועלע רעפּרעזענטאַציע און „אַנטדעקונג‟ פֿונעם טעקסט, מיינענדיק פֿאַרשיידענע תּנ״כישע און תּלמודישער סוזשעטן, ווי אויך הלכה־כּללים, וואָס ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט. די ייִדישע טראַדיציע, מיט אירע קאָמפּליצירטע כּללים, דינט פֿאַר איר נישט ווי אַ באַגרענעצונג, נאָר ווי אַ קינסטלעריש מיטל, וואָס דערמעגלעכט אויסצודריקן דעם טעקסט דורך וויזועלע אָביעקטן.
נישט געקוקט אויף דער פֿאַרבינדונג מיטן טעקסט, זעט נישט אויס די אויסשטעלונג ווי אַ מין דידאַקטישער „וויזועלער שולחן־ערוך‟. אַדרבה, יעדער קאָן אָפּשאַצן איר ווערסיע פֿון אַ סוכּה מיט דורכזיכטיקע לײַוונט־ווענט, אָדער אויף איר פּערל־באַצירטן „כּוס־של־מרים‟, נישט וויסנדיק אַפֿילו, וואָס די דאָזיקע חפֿצים באַדײַטן.
דער „ספּערטוס־אינסטיטוט‟ האָט צוגעטראַכט אַ געראָטענעם נאָמען פֿאַר דער אויסשטעלונג. די קינסטערין האָט טאַקע דערפֿונדן „יודאַיִקאַ‟ פֿונסנײַ. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען אָבער באַמערקן, אַז זי האָט נישט געשאַפֿן קיין נײַע אָביעקטן, נאָר געוויזן, ווי אַזוי מע קאָן באַטראַכן און אָפּטײַטש די באַקאַנטע ייִדישע זאַכן פֿון אַ חידושדיקער פּערספּעקטיוו. זי לייגט פֿאָר נײַע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קונסט.
אַזוי צי אַזוי, וויל זיך האָפֿן, אַז די אויסשטעלונג וועט צוציִען אַ סך באַזוכער. האָפֿנטלעך, וועלן די פּעסימיסטן פֿאַרשטיין, אַז אין די באַקאַנטע עלעמענטן פֿון ייִדישקייט שטעקט אַ גרויסער שעפֿערישער פּאָטענציאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.