אַן אומגעריכטער וויזיט פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו צו אַ פֿוסבאָל־מאַטש צווישן ישׂראל און באָסניע זונטיק האָט אַרויסגערופֿן ספּעקולאַציע, אַז ער קלײַבט זיך דורכצופֿירן די וואַלן פֿאַר דעם פּלאַנירטן טערמין.
די קומעדיקע כּנסת־וואַלן דאַרפֿן פֿאָרקומען נאָוועמבער 2017, אָבער לעצטנס איז געוואַקסן אַ געפֿיל פֿון אומסטאַביליטעט אין דער רעגירונג, צוליב דעם סיכסוך צווישן די אולטראַ־רעכטע און צענטריסטישע שותּפֿים אין נתניהוס קאָאַליציע אין שײַכות מיטן בודזשעט־פּלאַן אויפֿן יאָר 2015.
ווען נתניהו, דער פֿירער פֿון דער רעכט־געשטימטער פּאַרטיי „ליכּוד‟, און זײַן קאָאַליציע־פּאַרטנער פֿון דער צענטריסטישער „יש עתיד‟ — דער פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד — האָבן ביידע זיך באַוויזן אינעם פֿוסבאָל־סטאַדיאָן, האָבן אַ סך ישׂראלים עס פֿאַרשטאַנען ווי אַ פּרעלודיע צו אַ פֿריִיִקער וואַלן־קאַמפּאַניע. דער פּרעמיער איז געזעסן אויפֿן אָרט פֿאַר חשובֿע געסט, און לפּיד — צווישן דעם ברייטן עולם.
יואבֿ קראַקאָווסקי, אַ פּאָליטישער ראַדיאָ־קאָמענטאַטאָר, האָט באַמערקט, אַז ביידע פּאָליטיקער האָבן ביז לעצטנס קיינמאָל נישט באַזוכט אַזעלכע ספּאָרט־אונטערנעמונגען. ס׳זעט אויס, אַז מיט זייער וויזיט האָפֿן זיי צו געווינען מער פּאָפּולאַריטעט צווישן די וויילער.
ישׂראל האָט געוווּנען דעם מאַטש, 3 קעגן 0, מאַכנדיק אַ קליינעם טראָט אויפֿן לאַנגן וועג פֿאָרויס צום אייראָפּעיִשן טשעמפּיאָנאַט, וואָס וועט פֿאָרקומען אין 2016.
אַ טייל פֿונעם סיכסוך צווישן די קאָאַליציע־כּוחות האָט צו טאָן מיטן פֿאָרלייג צו קירצן די שטײַערן פֿאַר די, וואָס קויפֿן צום ערשטן מאָל אַ הויז. לפּיד האָט עס פֿאָרגעלייגט ווי אַ טייל פֿונעם בודזשעט־פּלאַן פֿאַרן קומענדיקן יאָר. לויט זײַן מיינונג, וועט עס העלפֿן אַ סך ישׂראלים קריגן אַן אייגן הויז. די קריטיקער טענהן אָבער, אַז די שטײַער־שניטן וועלן גורם זײַן אַ נאָך העכערן אויפֿשטײַג פֿון די פּרײַזן.
אַן אַנדער מחלוקת האָט זיך אָנגעהויבן, ווען דער רעכט־געשטימטער עקאָנאָמיע־מיניסטער נפֿתּלי בענעט, אַ שטיצער פֿון די ייִשובֿים, האָט געפֿאָדערט, אַז מע זאָל אָננעמען אַ געזעץ, לויט וועלכן ישׂראל זאָל דערקלערט ווערן ווי די נאַציאָנאַלע מלוכה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. נתניהו האָט געשטיצט דעם פּראָיעקט, אָבער די צענטריסטישע יוסטיץ־מיניסטאָרין, ציפּי לבֿני, איז זונטיק אויפֿגעטראָטן קעגן דעם דאָזיקן פֿאָרלייג, זאָגנדיק, אַז דאָס וואָלט באַטראָפֿן אַ דיסקרימינאַציע קעגן דער אַראַבישער מינאָריטעט.
רעדנדיק אויף דער אַרמיי־ראַדיאָ, האָט דער אינערן־מיניסטער גלעד ערדאַן, פֿון „ליכּוד‟, געוואָרנט: „אויב אונדזערע קאָאַליציע־פּאַרטנערס וועלן זיך ווײַטער אויפֿפֿירן אַזוי, וועלן שוין מסתּמא פֿאָרקומען נײַע כּנסת־וואַלן צווישן מאַרץ און מײַ 2015.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.