הרבֿ משה טווערסקי, וועלכער איז אומגעקומען דעם 18טן נאָוועמבער בעת אַ בלוטיקן טעראָר־אַטאַק אין ירושלים, האָט געטראָגן דעם פֿאַמיליע־נאָמען פֿון אַ באַרימטער חסידישער דינאַסטיע. אין דער זעלבער צײַט, איז ער אויך געווען אַ געטרײַער תּלמיד פֿון זײַן זיידן, הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק, דער גרינדער פֿון דער הײַנטיקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיטה פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, ווי דער שוואָגער פֿונעם אומגעקומענעם, הרבֿ יונתן ראָזענבלאַט, האָט דערציילט דעם Forward.
הרבֿ מנחם גענאַק, וועלכער פֿירט אָן מיטן הכשר־אָפּטייל פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ און איז געווען אַ סך יאָר אַ נאָענטער חבֿר פֿון טווערסקי, האָט איבערגעגעבן, אַז „דער רבֿ‟, ווי מע רופֿט סאָלאָווייטשיקן אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, האָט זיך באַצויגן צום אייניקל מיט אַ באַזונדערער ליבשאַפֿט, און האָט אים דערצויגן ווי זײַן ממשיך־דרך.
ראָזענבלאַט, דער רבֿ פֿונעם „ייִדישן צענטער אין ריווערדייל‟, בראָנקס, האָט געזאָגט, אַז טווערסקי איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעך איידעלער, סימפּאַטישער און ווייכער מענטש. „דער קאָנטראַסט צווישן זײַן איידלקייט און דעם שוידערלעך אַכזריותדיקן טויט איז ממש שרעקלעך‟.
טווערסקי האָט געשטאַמט פֿון אַן אומגעוויינטלעכן געמיש: די חסידישע דינאַסטיע פֿונעם גרויסן טשערנאָבילער רבין, פֿונעם טאַטנס צד, און די בריסקער מתנגדים, מצד דער מאַמעס משפּחה. זײַנער אַ ווײַטער קרובֿ, יצחק טווערסקי, וועלכער פֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער משפּחה, האָט דערקלערט, אַז די עלטערן פֿונעם אומגעקומענעם רבֿ האָבן געשאַפֿן אַ זעלטענע בריק צווישן צוויי פֿאַרשיידענע ייִדישע וועלטן.
אַ פֿרומער ייִד קאָן גרינג באַמערקן דאָס דאָזיקע געמיש, ווען מע קוקט אויף די חתונה־בילדער. דער זיידע פֿונעם טעראָר־קרבן, שולם־זוסיע טווערסקי, איז געווען אַן עכטער חסידישער רבי מיט אַ שטרײַמל. דער מאַמעס טאַטע האָט, להיפּוך, געטראָגן אַ מאָדערן אַמעריקאַנער היטל. די מאַמע, ד״ר עטרה סאָוואָווייטשיק־טווערסקי, אַ הויך־געבילדעטע פֿרוי, האָט אָנגעפֿירט מיט דער באָסטאָנער „רמב״ם‟־טאָגשול.
דער טאַטע פֿונעם אומגעקומענעם, הרבֿ יצחק־אָשר (איזידאָר) טווערסקי, איז געווען סײַ דער הויפּט פֿון די ייִדישע שטודיעס אין האַרוואַרד, סײַ אַ חסידישער מנהיג — דער טאָלנער רבי פֿון באָסטאָן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייניקלעך פֿונעם „מאור־עינים‟, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע ריי חסידישע הויפֿן אין סקווער, ראַכמיסטריווקע, מאַכניווקע, טריסק און אַנדערע אוקראַיִנישע שטעטלעך, האָט ער פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט אין 1956 און געפֿירט לעקציעס וועגן דער העברעיִשער ליטעראַטור און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע.
אַזוי ווי איר טאַטע, האָט עטרה טווערסקי קאָמבינירט פֿרומקייט מיט די וועלטלעכע שטודיעס. אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע אָבֿות, די גרויסע בריסקער רבנים, האָבן זיי אויסגעקליבן אַ מער מאָדערנעם דרך, וועלכער איז געוואָרן דער יסוד פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. דער ברודער פֿונעם אומגעקומענעם, מאיר טווערסקי, איז איינער פֿון די דאָרטיקע ראָש־ישיבֿות. זײַן שוועסטער, ציפּורה, דאָס ווײַב פֿונעם דערמאָנטן רבֿ יונתן ראָזענבערג, איז אַן אַדוואָקאַטין.
משה טווערסקי האָט פֿאַראָבלט זײַן פֿרוי מיט פֿינף קינדער און צענדליקער אייניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.