דעם 28סטן אָקטאָבער האָט זיך אין וואַרשע געעפֿנט דער נײַער מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן, וואָס הייסט טאַקע „פּוילן‟ (POLIN). צווישן אַנדערע חשובֿע געסט, האָבן זיך אין דער גרויסער חנוכּת־הבית באַטייליקט דער פּוילישער און ישׂראלדיקער פּרעזידענט.
טויזנטער מענטשן האָבן באַזוכט די אַכט אינטעראַקטיווע גאַלעריעס אינעם מוזיי, וואָס דערציילן וועגן דער 1,000־יאָריקער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן. אינעם בנין זענען אויך פֿאָרגעקומען אַ צאָל קולטורעלע אונטערנעמונגען. למשל, מע האָט דאָרטן געוויזן עטלעכע פֿילמען בעת דעם וואַרשעווער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל. אין איין מאָנטיק, ווען מע האָט אַרײַנגעלאָזט די באַזוכער אומזיסט, זענען געקומען בערך 7,000 מענטשן.
אין דער אמתן, איז דער נײַער מוזיי אין וואַרשע ווײַט נישט דער איינציקער ייִדישער מוזיי אינעם לאַנד, וואָס האָט צוגעצויגן אַן אויפֿמערק פֿונעם ברייטן עולם. סוף אָקטאָבער, האָט אַ פּאָפּולערער טוריסטישער וועגווײַזער פֿאַררעכנט דעם מער באַשיידענעם „גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי‟ אין קראָקע ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע 10 מוזייען אין פּוילן. די חורבן־מוזייען אויפֿן שטח פֿון די געוועזענע נאַצי־לאַגערן אין אוישוויץ און מײַדאַנער ציִען אויך צו אַ סך טוריסטן.
נאַכן קראַך פֿון קאָמוניזם, האָט זיך אין פּוילן פֿאַרשפּרייט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער טראַדיציע, קולטור און געשיכטע. מע קאָן זאָגן, אַז „פּוילן‟ איז אַ הויכער שפּיץ פֿון זייער אַ גרויסן אײַזבערג.
אַחוץ דעם „גאַליציאַנער מוזיי‟, וועלכער איז געגרינדעט געוואָרן מיט 10 יאָר צוריק דורכן פֿאַרשטאָרבענעם בריטישן ייִד קריס שוואַרץ, זענען אין קראָקע פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי ייִדישע קולטור־ און בילדונג־אָרגאַניזאַציעס, הגם אין דער שטאָט וווינען בלויז עטלעכע הונדערט ייִדן. אויף אַ צענטראַל אָרט זענען אויסגעשטעלט שוואַרצס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿאַרשיידענע היסטאָרישע ערטער. אינעם מוזיי ווערן אויך כּסדר דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע צײַטווײַליקע אויסשטעלונגען און קולטור־אונטערנעמונגען, וואָס ווײַזן, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין דער שטאָט גייט אָן ווײַטער.
דער קראָקער „יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט‟ לייגט פֿאָר אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס. זינט 1988, ווערט אין דער שטאָט דורכגעפֿירט אַ נײַן־טאָגיקער יערלעכער ייִדישער פֿעסטיוואַל, וואָס ציט צו צענדליקער טויזנט מענטשן. אין קראָקע איז אויך פֿאַראַן אַ ייִדישער קולטור־צענטער, דרײַ ביכער־קראָמען און אַ פֿאַרלאַג. אינעם יאָר 2008 האָט זיך דאָרטן געעפֿנט אַ מאָדערנער קהילה־צענטער; ס׳רובֿ פֿרײַוויליקע באַאַמטע, וואָס העלפֿן דורכצופֿירן דאָרטן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, זענען נישט קיין ייִדן.
בסך־הכּל, קומען אין פּוילן יעדעס יאָר פֿאָר מער ווי 40 ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם גאַנצן לאַנד באַטרעפֿט בלויז 15־20 טויזנט נפֿשות, דערפֿאַר זענען ס׳רובֿ אָרגאַניזאַטאָרן נישט־ייִדישע פּאָליאַקן.
אָנהייב נאָוועמבער, האָבן זיך אינעם נײַעם וואַרשעווער מוזיי פֿאַרזאַמלט מער ווי 100 אַקטיוויסטן פֿון איבער גאַנץ פּוילן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע פּראָיעקטן. אַ ספּעציעלער אָפּטייל פֿונעם מוזיי קלײַבט זיך אומצופֿאָרן, כּדי צו באַקענען די תּושבֿים פֿון פּוילישע שטעטלעך מיט דער ייִדישער געשיכטע.
קזשישטאָף ביעליאַווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם „ווירטועלן שטעטל‟, אַן אינטעראַקטיווער וועב־פּאָרטאַל פֿונעם מוזיי, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק צו פֿאַרשפּרייטן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין די שטעטלעך, וווּ דער עולם האָט קיינמאָל נישט געזען קיין ייִד און ווייסט גאָרנישט וועגן ייִדן. אויף דער וועבזײַט, וואָס ציט צו אַרום 5,000 נײַע באַזוכער אַ טאָג, קאָן מען זיך באַקענען מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון איבער 2,300 גרויסע שטעט, שטעטלעך און דערפֿלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.