ווען דן שרביט און זײַן פֿרוי, גאַעל חזן, זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿון פֿראַנקרײַך קיין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָבן זיי נישט געטראַכט, אַז זיי וועלן בלײַבן אין קאַנאַדע. שרביט האָט געהאָפֿט צו געפֿינען אַן אַרבעט אין דער קוועבעקער קינאָ־אינדוסטריע, ווי אַ קינסטלער פֿאַר ספּעציעלע עפֿעקטן. אויב זײַן קאַריערע וואָלט זיך נישט אײַנגעגעבן, וואָלטן זיי זיך אומגעקערט אַהיים.
אין 14 חדשים אַרום נאָכן באַזעצן זיך אין קאַנאַדע, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק באַשלאָסן דאָרטן צו בלײַבן. דער 43־יאָריקער שרביט, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק געוווּנען אַן „עמי־פּריז‟, האָט אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ פֿאַרוואַלטער בײַ דער מאָנטרעאָלער קינאָ־סטודיע „מאָקאָ‟. די 39־יאָריקער חזן האָט געפֿונען אַ פֿאַרוואַלטונג־אַרבעט אין אַ בויערײַ־פֿירמע.
שרביט און חזן זענען געקומען מיט אַ כוואַליע פֿון נײַע ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך, וווּ דער ניוואָ פֿון אַרבעטלאָזיקייט האָט דערגרייכט אין סעפּטעמבער 10.5 פּראָצענט, און באַזעצן זיך אינעם פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן קוועבעק. אַחוץ דעם, זענען אין פֿראַנקרײַך הײַיאָר במשך פֿון די ערשטע 6 חדשים אויסגעבראָכן 527 אַקטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. באַזונדערס אומרויִק איז דער מצבֿ געוואָרן זומער, בעת דער ישׂראל־מלחמה אין עזה; אַ צאָל ייִדן זענען אַטאַקירט געוואָרן אויף דער גאַס, און אַ צאָל ייִדישע ערטער זענען פֿאַרברענט געוואָרן.
לויט די ידיעות פֿון „סוכנות‟, זענען 5,063 פֿראַנצויזישע ייִדן אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל צווישן דעם 1טן יאַנואַר און דעם 30סטן סעפּטעמבער. אַ סך ייִדן פֿאָרן אויך אַוועק פֿון פֿראַנקרײַך קיין מאָנטרעאָל, די גרעסטע שטאָט אין קוועבעק. סערזש צווײַגענבאַום, דער פֿראַנצויזיש־געבוירענער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט דערקלערט, אַז די עיקר־סיבה פֿון אימיגראַציע איז נישט אַנטיסעמיטיזם, נאָר דער בעסערער עקאָנאָמישער מצבֿ. דאָס לעבן אין קאַנאַדע איז ביליקער, און ס׳איז גרינגער צו טרעפֿן דאָרטן אַ גוטע פּרנסה.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון מאָנטרעאָל באַטרעפֿט בערך 90,000 נפֿשות. די ייִדן זענען אָבער נישט די איינציקע גרופּע פֿראַנצויזישע עמיגראַנטן, וואָס פּעקלען זיך אַריבער קיין קוועבעק. מע איז זיך משער, אַז אין מאָנטרעאָל וווינען איצט, בסך־הכּל, אַרום 110,000 בירגער פֿון פֿראַנקרײַך.
מאָניק לאַפּואַנט, די דירעקטאָרין פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער סאָציאַלער דינסט־אָרגאַניזאַציע „אומץ‟, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, האָט באַמערקט, אַז נישט ווייניק פֿראַנצויזישע ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל, באַטראַכטן אויך די מעגלעכקייט אַריבערצופֿאָרן קיין קאַנאַדע. זי האָט דערקלערט, אַז די טיפּישע אימיגראַנטן זענען בדרך־כּלל די נישט חתונה־געהאַטע געבילדעטע יונגע־לײַט אין זייערע 20ער און 30ער. אין פֿאַרגלײַך מיט די צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדן, זענען אַ סך נײַ־געקומענע נישט פֿאַרבונדן מיט די קהילה־אָרגאַניזאַציעס, דערפֿאַר איז שווער צו וויסן פּינקטלעך, וויפֿל פֿראַנצויזישע ייִדן וווינען איצט אין קוועבעק.
פֿאַר אַ סך פֿראַנצויזן איז קוועבעק צוציִעוודיק, ווי אַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה מיט רעלאַטיוו נידעריקע פּרײַזן. די ייִדישע אימיגראַנטן, בפֿרט די פֿרומע, באַמערקן אויך, אַז אין קאַנאַדע פֿילן זיי זיך באַקוועמער, צוליב דער גרויסער צאָל שילן, ייִדישע בילדונג־אַנשטאַלטן און דער רויִקער אַטמאָספֿער, וווּ מע דאַרף זיך נישט זאָרגן וועגן אַנטיסעמיטיזם. הגם צווישן די רעכטע קוועבעקער פּאָליטיקער טרעפֿן זיך אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן, איז דער אַלגעמיינער מצבֿ שטילער, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿראַנקרײַך. אַדרבה, ווי עס ווײַזן די באַריכטן פֿון „בני־ברית‟, איז דער ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם לעצטנס געפֿאַלן. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, זענען אין קוועבעק אויסגעבראָכן 250 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן — אויף 26 פּראָצענט ווייניקער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.