ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה און פֿון דער רעגירונג טרעפֿן זיך, כּדי אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך, אַז זיי וועלן איצט בשותּפֿות קאָנטראָלירן אַנטיסעמיטיזם אויף דער אינטערנעץ
פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה און פֿון דער רעגירונג טרעפֿן זיך, כּדי אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך, אַז זיי וועלן איצט בשותּפֿות קאָנטראָלירן אַנטיסעמיטיזם אויף דער אינטערנעץ

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 04, 2014, issue of January 02, 2015.

אַ ייִדישע זינגערין ווערט באַלוינט פֿונעם שטאָט־פּאַרלאַמענט

גבריאלה פּאָטשינקי האָט מיטװאָך, דעם 3טן דעצעמבער, באַקומען פֿון דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס די אויסצייכענונג „פּערזענלעכקייט פֿון דער קולטור פֿון דער שטאָט‟. זי איז אַ טאַלאַנטירטע קינסטלערין, װאָס האָט זיך געלערנט אין ייִדישע שולן, און איר אַקאַדעמישע בילדונג האָט זי באַקומען אין דער „זשוליאַרד שול‟, אין ניו־יאָרק. זי איז אַ באַגאַבטע אָפּערע־זינגערין, װאָס טרעט אויף אין אַמעריקע און אייראָפּע און האָט אַ רײַכן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. זי שטיצט כּסדר ייִדישע אינסטיטוציעס, בתוכם דעם אַרגענטינער ייִװאָ. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט גערעדט בײַ דער געלעגנהייט און אונטערגעשטראָכן גבריאלהס טעטיקייט אינעם פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור. עס האָבן װעגן איר גערעדט דעפּוטאַטן און מוזיק־קריטיקער, און גבריאלה האָט באַדאַנקט אַלעמען, און האָט געזונגען אַריעס פֿון אָפּערעס און ייִדישע לידער.


אַ קאָנצערט פֿונעם געבירטיג־כאָר

דער כאָר אויפֿן נאָמען פֿון מרדכי געבירטיג האָט פֿרײַטיק צו נאַכטס, דעם 28סטן נאָוועמבער, געגעבן זײַן יערלעכן קאָנצערט אין טעאַטער „ייִפֿט‟ (דער אַמאָליקער „ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער פֿון איקוף). בײַ אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל האָט דער עולם גענאָסן פֿון דער רײַכער פּראָגראַם און מיטגעזונגען מיטן פֿאָלקסכאָר אַ סך פֿון די געזונגענע לידער.

אַ גרופּע פֿון הונדערט מענטשן קומט זיך צונויף איין מאָל אין דער װאָך, חזרט אײַן ייִדישע לידער און טרעט אויף אין ייִדישע און ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס מיט אַ רײַכער ייִדישע פּראָגראַם.


אַן אַנטיסעמיטישער אַטאַק אין דער שטאָט ראָזאַריאָ

ראָזאַריאָ, די צװייט־גרעסטע שטאָט נאָך בוענאָס־אײַרעס, איז די צװייט־גרעסטע קהילה אין אַרגענטינע. גיזשערמאָ זיסמאַן איז אַ זשורנאַליסט, װאָס האָט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, װאָס װערט געהערט אין דער פּראָװינץ, און איז די װיכטיקסטע נײַעס־פּראָגראַם אין די פֿרימאָרגן־שעהען. דעם 27סטן נאָוועמבער האָט מען באַשמוצט די װענט פֿון דעם ראַדיאָ מיט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן, און ער האָט באַקומען אַנטיסעמיטישע בריװלעך; מען האָט רעקאָרדירט אין זײַן טעלעפֿאָן טויט־דראָונגען.

די פּאָליציי האַלט, אַז דאָס איז אַ רעאַקציע אויף זײַן קאַמף קעגן קאָרופּציע. די קהילה און די „דאַיאַ‟ האָבן שאַרף רעאַגירט, און די אַלגעמיינע פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעװיזיע האָבן אויסגעדריקט זייער סאָלידאַריטעט מיט זיסמאַנען.


אַ ספֿרדישער אָוונט, געווידמעט דער קולטור פֿון אַרגענטינער ייִדן

שבת, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט דער „צענטער פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ספֿרדישער קולטור‟ אָרגאַניזירט אַ „נאָטשאַדאַ ספֿרדי‟ (ספֿרדישער אָװנט), געװידמעט דער אַרגענטינער ייִדישער קולטור. דער „טריאָ עזר‟ האָט געזונגען ספֿרדישע לידער, טאַנגאָס און לידער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, און רות װילטשאַנסקי האָט פֿירגעבראַכט אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם פֿון ייִדישן הומאָר. כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער אַרגענטינער ייִװאָ און דער צענטער אַרבעטן אויס בשותּפֿות קולטור־פּראָגראַמען, װאָס נעמען שטאַרק אויס בײַם עולם.


דער אַנטיסעמיטיזם אין אינטערנעץ אונטער אַ ייִדישן קאָנטראָל

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה, די „דאַיאַ‟ און דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס האָבן אונטערגעשריבן מאָנטיק, דעם 1טן דעצעמבער, אַן אָפּמאַך מיט דער רעגירונג. די דרײַ ייִדישע אינסטיטוציעס װעלן קאָנטראָלירן די װעבזײַטלעך און איבערגעבן דער יוסטיץ די פֿאַלן פֿון דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם, כּדי די פּראָקוראָרן זאָלן אָננעמען די פּאַסיקע שריט. דאָס איז דער ערשטער פּרוּװ פֿון איבערגעבן אין די הענט פֿון אָרגאַניזאַציעס די פֿאַראַנטװאָרטלעכקייט אינעם קאָנטראָל פֿון אויפֿפֿירונגען, װאָס זײַנען קעגן געזעץ. פּראָקוראָרן און דער יוסטיץ־מיניסטער האָבן אויפֿגענומען די דעלעגאַציע, און די אַרגענטינער פּרעסע האָט װאַרעם רעאַגירט אויף דער איניציאַטיװ.


יוסף מאָסקאָװיטש ז״ל, דער גרינדער פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַרגענטינע

יוסף מאָסקאָװיטש
יוסף מאָסקאָװיטש

יוסף מאָסקאָװיטש איז געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס, זונטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער, אין עלטער פֿון 88 יאָר. גרינדער פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַרגענטינע און איר פֿאָרזיצער פֿון 1967 ביז 1976, איז ער אויך געװען דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער װעלט־פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קעמפֿער, פּאַרטיזאַנער און געפֿאַנגענע אין די לאַגערן. אַ געבוירענער אין אונגערן אין 1926, װערט ער אַרעסטירט אין בודאַפּעשט בעתן קריג, און אַ ציוניסטישע בריגאַדע באַפֿרײַט אים אין 1944. ער באַזעצט זיך אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון די געליטענע פֿונעם חורבן, און העלפֿט אַקטיװ צו געפֿינען נאַצי־פֿאַרברעכער, װאָס האָבן זיך באַהאַלטן אין אַרגענטינע. ער האָט ביז זײַן לעצטער שעה זיך אָנגענומען די קריװדע פֿאַר די לעבנס־געבליבענע און זיי געשטיצט און געהאָלפֿן.


ייִוואָ: „ייִדישן לעבן אין דער פֿאַרמלחמהדיקער װאַרשע‟

דאָנערשטיק דעם 27סטן נאָוועמבער, האָט דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ געהאַלטן אַ לעקציע װעגן „ייִדישן לעבן אין דער פֿאַרמלחמהדיקער װאַרשע‟ פֿאַר דעם צווייטן דור פֿון דער שאַרית־הפּליטה. מיט פֿילמען און רעקאָרדירונגען האָט דער לעקטאָר אילוסטרירט די ייִדישע השפּעה אויף דער פּוילישער קולטור און דאָס רײַכע ייִדישע לעבן, װאָס איז פֿאַרשניטן געװאָרן בעתן חורבן.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.