אויפֿן ערשטן בליק, האָט די וואָלוועלע נסיעה פֿון כּמעט 200 פֿרויען קיין ישׂראל אויסגעזען ווי אַ טיפּישע רײַזע פֿון „תּגלית‟, באַקאַנט אויף ענגליש ווי „בוירטרײַט‟ Birthright. די באַטייליקטע האָבן געפּראַוועט שבת אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים, געשוווּמען אינעם ים־המלח און זענען אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן באַרג, וווּ עס שטייט די אוראַלטע פֿעסטונג „מצדה‟.
למעשׂה, איז די נסיעה אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „רענעסאַנס־פּראָיעקט פֿאַר ייִדישע פֿרויען‟ (JWRP). די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע פֿאַרבעט נישט־פֿרומע יונגע ייִדישע מאַמעס אויף זייערע 10־טאָגיקע רײַזעס. אין פֿאַרגלײַך מיט די באַקאַנטע טורן פֿון „בוירטרײַט‟, האָט דער באַזוך געהאַט אַ בפֿירוש פֿרומען טעם, ווײַל עטלעכע אונטערנעמונגען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער אָרטאָדאָקסישער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע „אש התּורה‟. אַ טייל מיטאַרבעטער פֿון JWRP האָבן פֿריִער דאָרטן געאַרבעט, און אַ צאָל שטיצער פֿון די נסיעות גיבן אויך געלט פֿאַר „אש התּורה‟.
„בוירטרײַט‟ פֿינאַנצירט נסיעות פֿאַר אַלע יונגע ייִדן פֿון 18 ביז 26 יאָר. להיפּוך, מעגן אינעם דאָזיקן פּראָיעקט זיך באַטייליקן בלויז פֿרויען, וואָס היטן נישט שבת אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער. לאָרי פּאַלאַטניק, די גרינדערין און דירעקטאָרין פֿון JWRP האָט דערקלערט, אַז איר אָרגאַניזאַציע איז פֿאַראינטערעסירט דווקא אינעם מקרבֿ זײַן די פֿרויען צו ייִדישקייט, און נישט אינעם ברענגען קיין ישׂראל די, וואָס זענען שוין פֿרום.
במשך פֿון 7 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון JWRP, האָט די אָרגאַניזאַציע געבראַכט קיין ישׂראל בערך 5,000 פֿרויען פֿון 19 לענדער. אַחוץ די אַוויאַ־בילעטן, קאָסטן די נסיעות נישט קיין געלט. אַ טייל פֿון דער שטיצע קומט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. אָנהייבנדיק פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט מען אויך אָנגעהויבן פֿאַרבעטן מענער אויף די נסיעות.
דעבראַ אַהרנסאָן, אַ 42־יאָריקע נישט־פֿרומע מאַמע פֿון צוויי קינדער, האָט דערציילט, אַז פֿאַר איר איז צום מערסטן געווען אינטערעסאַנט בעת דער נסיעה די באַציִונגען צווישן די באַטייליקטע. זי האָט צוגעגעבן, אַז זי איז צופֿרידן מיט איר פּערזענלעכן צוגאַנג צו רעליגיע און קלײַבט זיך נישט צו בײַטן איר לעבנס־שטייגער.
די מענער און פֿרויען באַזוכן באַזונדערע מינים ערטער, און פֿאַרזוכן פֿאַרשיידענע מאכלים. פֿאַר די פֿרויען סערווירט מען ווײַן און לײַכטערע פֿיש־סעודות; בעת די מענערישע נסיעות גיט מען ביר. די פֿרויען באַזוכן קאָך־קלאַסן, און די מענער — אַן אַרמיי־באַזע און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע קאָנפֿליקטן מיט די מחיצות, דאַוונען נישט פֿרויען ווי אַ גרופּע בכלל בעת די נסיעות.
אַ סך פֿון די פֿרויען זענען שוין פֿריִער געווען אין ישׂראל. נאָך די נסיעות, מוזן אַלע באַטייליקטע זיך אָנצושליסן, לכל־הפּחות איין מאָל, אין ספּעציעלע סעמינאַרן, וואָס האָבן צו טאָן מיט ישׂראל, סאָציאַלע באַציִונגען אָדער קהילה־ענינים. פּאַלאַטניק האָט דערקלערט, אַז זי האָפֿט צו שאַפֿן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס וועט העלפֿן די ייִדישע פֿרויען צו באַטייליקן זיך מער אַקטיוו אינעם קהילה־לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.