ישׂראל זמיר, באַשעוויסעס בן־יחיד — געשטאָרבן

Israel Zamir, Bashevis' Only Son, Dies at 85

ישׂראל זמיר
ישׂראל זמיר

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 09, 2014, issue of January 02, 2015.

מאָנטיק, דעם 8טן דעצעמבער, איז אינעם קיבוץ „בית־אלפֿא‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, פֿאָרגעקומען די לוויה פֿונעם זשורנאַליסט און שרײַבער ישׂראל זמיר — דער איינציקער זון פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער. דער 85־יאָריקער זמיר איז ניפֿטר געוואָרן שבת — גלײַך אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן 112־יאָריקן יוביליי פֿון זײַן טאַטנס געבורט.

יצחק זינגער, וועלכער איז באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים „באַשעוויס‟, האָט פֿאַר זײַנע ווערק אויף ייִדיש געוווּנען אַ נאָבעל־פּריז אין ליטעראַטור אינעם יאָר 1978. ווען באַשעוויס איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּוילן, אינעם יאָר 1935, און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ זשורנאַליסט אינעם „פֿאָרווערסט‟ אונטער די פּסעוודאָמינען וואַרשאַווסקי און ד״ר סגל.

באַשעוויס איז נישט געווען דער איינציקער שרײַבער אין זײַן משפּחה. זײַן ברודער, ישׂראל־יהושע זינגער, און זײַן שוועסטער, אסתּר קרייטמאַן, זענען אויך געווען גרויסע ייִדישע פּראָזאַיִקער. קרייטמאַן איז געשטאָרבן אין לאָנדאָן, אינעם יאָר 1954. איר זון, מאָריס קאַר, איז אויך אַ באַקאַנטער שרײַבער און זשורנאַליסט. זײַן טאָכטער איז אויך אַ שרײַבערין.

זמיר, אַ געבוירענער אין וואַרשע, האָט ממשיך געווען די ליטעראַרישע און זשורנאַליסטישע טראַדיציע פֿון זײַן משפּחה, הגם אין ישׂראל איז ער אַריבער פֿונעם מאַמע־לשון אויף העברעיִש. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט ער געאַרבעט אין די צײַטונגען „על המשמר‟ און „מעריבֿ‟.

אינעם יאָר 1995 האָט זמיר אָנגעשריבן אַ בוך זכרונות וועגן זײַן באַרימטן טאַטן, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1991 בײַ 88 יאָר, וווינענדיק אין פֿלאָרידע. די משפּחה זינגער שטאַמט פֿון פּוילישע חסידישע רביים. יצחק באַשעוויס האָט געווידמעט אַ סך זײַנע דערציילונגען זײַן טאַטן, וועלכער האָט געדינט ווי אַ וואַרשעווער רבֿ און דיין. זמירס מאַמע, רוניע שאַפּיראָ, איז געווען אַ לינקע רעוואָלוציאָנערקע, וועלכע האָט אָפּגעזעסן דרײַ חדשים אין אַ וואַרשעווער טורמע צוליב איר פּאָליטישן אַקטיוויזם. גלײַך נאָכן געבורט פֿונעם זון, האָט זי זיך געגט און אַנטלאָפֿן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן דאָרטן אינעם אויפֿבוי פֿון קאָמוניזם. שפּעטער איז זי אַוועקגעפֿאָרן מיטן זון קיין ארץ־ישׂראל.

אַחוץ דער דאָזיקער געוויינטלעכער ווערסיע, דערציילט מען אַנדערע לעגענדעס וועגן זמירס ביאָגראַפֿיע. לויט איין ווערסיע, איז זײַן מאַמע געווען איינע פֿון באַשעוויסעס געליבטע. באַשעוויס האָט געפֿירט אין וואַרשע ראָמאַנען מיט אַ סך פֿרויען. מע דערציילט אויך אַן אַנדער מעשׂה, לויט וועלכער דער טאַטע האָט צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען זײַן פֿרוי און קינד קיין ניו־יאָרק, אָבער למעשׂה האָט עס נישט געטאָן.

אַזוי צי אַזוי, האָט זמיר, צום ערשטן מאָל נאָך די פֿריִיִקע קינדער־יאָרן, זיך געטראָפֿן מיט באַשעוויסן, ווען ער האָט באַזוכט אַמעריקע ווי אַ שליח פֿון „השומר הצעיר‟, זײַענדיק דעמאָלט שוין אַ 25־יאָריקער יונגערמאַן. די באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1955. דער טאַטע האָט זיך צו אים באַצויגן גאַנץ קאַלט. במשך פֿונעם גאַנצן לעבן, זענען זײַנע באַציִונגען מיטן פֿאָטער געבליבן ווײַט און אָנגעשטרעגנט.

„זמיר‟ איז אַ העברעיִשע איבערזעצונגען פֿונעם ייִדישן משפּחה־נאָמען, „זינגער‟. גריר פֿיי קאַשמאַן באַמערקט אין „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟, אַז, אין פֿאַרגלײַך מיטן רײַכן קאַפּיטאַליסט באַשעוויס, איז זמיר געווען אַן איבערצײַגטער קיבוצניק־קאָמוניסט. להיפּוך צו זײַן טאַטן, איז ער געווען אַ ציוניסט און נישט ליב געהאַט גלות־ייִדן. פֿון דער צווייטער זײַט, איז זמיר געווען אַ פֿאַרברענטער סטאַליניסט, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן פֿאָטער אין ניו־יאָרק.

שפּעטער, ווען באַשעוויס האָט געבעטן זײַן זון איבערצוזעצן אַ טייל פֿון זײַנע ווערק אויף העברעיִש, האָבן די באַציִונגען צווישן זיי זיך פֿאַרבעסערט, אָבער געבליבן קאַלט.