דאָס פֿרומע נײַעס־זײַטל Jewish News 24/6 ברענגט אַ באַריכט אויף ייִדיש וועגן דעם אַטאַק אויף אַ יונגן חב”דניק, לוי־יצחק ראָזענבלאַט, אינעם חב”ד־הויפּטקוואַרטיר אין קראַון־הײַטס, דינסטיק פֿאַרטאָג. ראָזענבלאַט איז געשטאָכן געוואָרן פֿון אַן 51־יאָריקן מאַן, קאַלווין פּיטערס. די ניו־יאָרקער פּאָליציי האָט געפּרוּווט צו באַרויִקן פּיטערס, אָבער ער האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט און איז דערשאָסן געוואָרן.
דער 22־יאָריקער ראָזענבלאַט געפֿינט זיך אין אַן ערנסטן מצבֿ אין „קינגס קאַונטי שפּיטאָל‟ אין ברוקלין.
דעם באַריכט און דעם אינטערוויו מיט אַסעמבלימאַן דובֿ הײַקידנד פֿון באָראָ־פּאַרק האָט געמאַכט דער חסידישער זשורנאַליסט אַהרן י. שפּילמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.