דעם 1טן יולי האָט דער ייִשובֿ דעמאָנסטרירט בײַם בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה קעגן דעם מאָרד פֿון די דרײַ ישראלדיקע יוגנטלעכע, װאָס איז פֿאָרגעקומען לעבן חבֿרון און פֿון װעלכע מען האָט גאָר נישט געװוסט במשך פֿון 18 טעג. בעת דעם מאַרש האָט אַ בחור, 35 יאָר אַלט, נישט געקענט אַדורך מיט זײַן ראָװער און האָט געשריגן אויף דער מאַניפֿעסטאַציע „הײַל, היטלער!‟. מען האָט אים אידענטיפֿיצירט און אים אָנגעקלאָגט אין געריכט. חדשים שפּעטער, בעת דער פֿאַרמיטלונג, האָט דער באַשולדיקטער אָנערקענט זײַן טעות און כּדי מען זאָל אים נישט פֿאַרמישפּטן איז ער מסכּים געװען אויף אַ באַזוך אין „שואה־מוזיי‟ פֿון דער שטאָט, װוּ ער האָט געהערט אַ ספּעציעל ציגעגרייטע לעקציע און מען האָט אים אויפֿגעקלערט די עקספּאָנאַטן פֿון מוזיי.
סערגיאָ װידער, פֿאָרשטייער פֿון „װיזנטאַל־צענטער‟ פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע, האָט שאַרף קריטיקירט די דערקלערונגען פֿון אַדעל על זאַבאַיאַר סאַמאַראַ, מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַלער אַסאַמבלעע אין װענעצועלע. דער פּאַרלאַמענטאַרער האָט דערקלערט אין דעם טעלעװיזיע קאַנאַל פֿון „כעזבאָלאַ‟ אין קאַראַקאַס, אַז דער נאַציזם האָט געשטיצט די ציוניסטן איבער אַלע אַנדערע ייִדישע פּאָליטישע ריכטונגען, און אַז דער חורבן איז אַן אויסגעטראַכטע זאַך פֿונעם אימפּעריאַליזם.
דאָס פֿעלשט די געשיכטע, האָט דערקלערט סערגיאָ װידער.
פֿרײַטיק, דעם 5טן, האָט מען אין אַרגענטינע געפֿײַערט דעם טאָג פֿון װאָלונטיר. אין דעם ייִװאָ האָט מען באַערט די װאָלונטירן, װאָס מיט זייער טאָג־טעגלעכן בײַטראָג, זײַנען זיי די זײַלן פֿון דער אינסטיטוציע.
דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿון אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַרגענטינע, ד״ר כוליאָ שלאָסער, איז דערקלערט געװאָרן ערן־קאָמאַנדאַנט פֿון די פֿײַערלעשער פֿון דער געגנט באָקאַ.
די אויסצייכענונג איז אים פֿאַרטיילט געװאָרן איבער זײַן אַרבעט פֿאַר מענטשנרעכט, קעגן דיסקרימינאַציע און זײַן סאָלידאַריטעט מיט אונטערגעדריקטע און אָרעמע לײַט. די אויסצייכענונג האָבן אויך געהאַט באַקומען דער קינסטלער קינקעלאַ מאַרטין, דער פּרעזידענט ראַול אַלפֿאָנסין, דער מוזיקער כואַן דע דיאָס פֿיליבערטאָ און דער גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, דניאל סיאָלי. אין זײַן װאָרט האָט שלאָסער באַדאַנקט די אַרבעט פֿון די פֿײַערלעשער בעת די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע און אויפֿן קהילה־בנין. דער פּרעזידענט פֿון ספּאָרטקלוב „באָקאַ זשוניאָרס‟, דניאל אַנזשעליצי, האָט אים איבערגעגעבן דעם טראַדיציאָנאַלן פֿײַערלעשער־קאַשקעט מיט דער אויסצייכענונג.
אַ העליקאָפּטער פֿון דער פּאָליציי האָט באַמערקט אַ האַקנקרײץ אין אַ שװים־באַסיין אין אַ געגנט פֿון בראַזיל. די פּאָליציי האָט אָנגעגעבן דעם באַלעבאָס אין געריכט אָבער דער ריכטער האָט דערקלערט, אַז װײַל ער האָט דאָס ניט פֿאַרעפֿנטלעכט און ניט געמאַכט אַפּאָלאָגעטיק פֿון נאַציזם בפֿרהסיא, קען ער אים ניט באַשטראָפֿן. לויטן געזעץ פֿון 1997 װאָלט אים געקומען צװישן 2 און 5 יאָר תּפֿיסה און אַ סומע שטראָפֿגעלט.
דער סעקרעטאַריאַט פֿאַר רעליגיעזע ענינים פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס פֿירט דורך, אונטערן טיטל „צװישן בליקן‟ אַ ציקל מיט פֿילמען װאָס צילן צום צװישן־רעליגיעזן פֿאַרשטאַנד. דינסטיק האָט מען פּראָזשעקטירט דעם אַמעריקאַנער פֿילם „האָב אַ ביסל אמונה‟ פֿונעם רעזשיסאָר יאַן אַװנעט. דער ציקל װערט פּאַטראָניזירט פֿון דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדע, דער קהילה, דעם איסלאַמישן צענטער און דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דער עולם האָט זיך אַקטיװ באַטייליקט אין דער דעבאַטע נאָכן פֿילם.
זונטיק דעם 7טן דעצעמבער האָט די שטאָט אָרגאַניזירט אַ ראָװער־שפּאַציר איבער דער שטאָט אונטער דער לאָזונג „צװישן־רעליגיעזן ראָװערטור‟. דער טור איז אַרומגעפֿאָרן איבער קלויסטערס, מעטשעטן און סינאַגאָגעס פֿון דער שטאָט. פֿאַר די װאָס האָבן ניט געהאַט קיין ראָװערס האָט די מוניציפּאַליטעט דאָס מאָל געגעבן די מעגלעכקייט זיי צו באַקומען אומזיסט.
דעם 2טן דעצעמבער האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּראָגראַם „מער בלוט, מער לעבן‟, װאָס די פֿונדאַציע „העמאָצענטער‟ אָרגאַניזירט איבערן גאַנצן לאַנד. 30 אָנגעשטעלטע פֿון דער קהילה און נאָך אַ הונדערט מענטשן האָבן פֿרײַװיליק בײַגעטראָגן זייער בלוט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.