נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 16, 2014, issue of January 02, 2015.

שחיטה־פּסק האָט ווערט אַפֿילו פֿאַר ניט־פֿרומע ייִדן

אַ סך צײַטונגען, און אונדזער „פֿאָרווערטס‟ בתוכם, האָבן שוין איבערגעגעבן, אַז נאָך דעם וואָס דער פּוילישער פּאַרלאַמענט האָט באַשלאָסן צו פֿאַרווערן די כּשרה שחיטה אין לאַנד האָט דאָס פּוילישע קאָנסטיטוציאָנעלע געריכט יאָ מתיר געווען די ייִדישע שחיטה אין פּוילן. דאָס געריכט האַלט, אַז דער באַשלוס פֿון פּאַרלאַמענט איז געווען אומלעגאַל ווײַל ער שאַדט די רעכט פון דער ייִדישער מינדערהײט. פֿרײַהייט פֿון רעליגיע איז חשובֿער ווי די רעכט פֿון חיות, האָט דאָס געריכט דערקלערט.

דעם אמת געזאָגט, איז די צאָל ייִדן אין פּוילן, וועלכע היטן כּשרות, גאָר אַ קליינע. כּמעט אַלע הײַנטיקע פּוילישע ייִדן מאַכן אַפֿילו נישט קיין ברית זייערע קינדער.

הייסט עס, פֿאַר דער פּוילישער ייִדישער סבֿיבֿה האָט דער באַשלוס פֿונעם פּוילישן פּאַרלאַמענט נישט קיין גרויסן פּראַקטישן באַטײַט. דער ענין איז מער אַ סימבאָלישער. ייִדן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿילט נאָך מער פֿאַרפֿרעמדט, וויסנדיק, אַז פּוילן באַנעמט זיך נישט יושרדיק לגבי דער ייִדישער רעליגיע — אַפֿילו ווען זיי אַליין זענען נישט רעליגיעז.

פֿאַר וועמען האָט דער באַשלוס יאָ אַ פּראַקטישן באַטײַט? פֿאַר די פּוילישער פּויערים. זינט דעם רוסישן באָיקאָט אויף כּל־המינים פּראָדוקטן, פֿון עפּל ביז פֿלייש, זענען אַ סך פּוילישע פּויערים אויף געהאַקטע צרות. זיי האָבן פֿאַרלוירן זייער אַ גרויסן מאַרק.

דער עקספּאָרט פֿון כּשרן פֿלייש איז געווען ביז איצט אַ געשעפֿט פון 100 מיליאָן זלאָטעס יערלעך. אַ דאַנק דעם פּסק פֿונעם געריכט, קענען די פּויערים וואָס האָבן געצויגן חיונה פֿונעם כּשרן פֿלייש־ביזנעס אָטעמען אַ ביסל פֿרײַער.

אגבֿ, וואָס אינטערעסירט יאָ די פּוילישע ייִדן? וואָס פֿעלט זיי באמת? אַ מושבֿ־זקנים, למשל. אין גאַנץ פּוילן איז נישטאָ קיין איין איינציקן ייִדישן מושבֿ־זקנים — אַן אָרט וווּ אַלטע ייִדן קענען זיך פֿילן אין דער היים.

נאָך אַ זאַך, וואָס וואָלט געהאָלפֿן בויען די הײַנטיקע קליינע ייִדישע קהילה אין פּוילן וואָלט געווען א ייִדישע גימנאַזיע. און נאָך און נאָך.

דערלויבט מיר צוצוגעבן אַ פּערזענלעכע באַמערקונג. צי ס׳איז טרייף אָדער כּשר, טו איך ווי אונדזער גרויסער יצחק באַשעוויס זינגער: איך עס נישט קיין פֿלייש.