דער פּשוטער צעשפּאָלטענער שוואַך־באַלויכטענער שטיינערנער דענקמאָל, אַ סטעלע 13 אויף 16 אינטשעס די גרייס, זעט נישט אויס אַזוי אינטערעסאַנט, ווי די מאַיעסטעטישע אַלט־מיצרישע ספֿינקסן, אַדלשטיינער און קעסלען, וואָס זענען אויסגעשטעלט אינעם זעלבן זאַל פֿונעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי‟. דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס אין דער אויפֿשריפֿט אויף דער 2,800־יאָריקער סטעלע ווערט דערמאָנט דוד־המלך.
די אוראַלטע סטעלע איז אַ טייל פֿון דער צײַטווײַליקער אויסשטעלונג „פֿון אַסיריע ביז איבעריע בײַם באַגינען פֿון דער קלאַסישער תּקופֿה‟, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן אינעם מוזיי ביזן 4טן יאַנואַר. די אויפֿשריפֿט איז דער פֿריִיִקסטער טעקסט, אַחוץ די תּנ״כישע ספֿרים, וווּ עס ווערט דערמאָנט „בית דוד‟. ערן אַריה, דער קוראַטאָר פֿונעם אָפּטייל, געווידמעט דער תּקופֿה פֿון דעם אוראַלטן מלכות־ישׂראל און פּערסיע בײַם נאַציאָנאַלן ישׂראלדיקן מוזיי אין ירושלים, האָט באַמערקט אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג, אַז דער דאָזיקער דענקמאָל איז „בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די וויכטיקסטע אַרטעפֿאַקטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער תּנ״כישער געשיכטע‟.
די באַרימטע סטעלע איז אַנטדעקט געוואָרן בעת די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין תּל־דן, אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל. אויף דער אויפֿשריפֿט, באַרימט זיך דער אַראַמישער מלך חזאל פֿון דמשׂק, אַז ער האָט דערהרגעט 70 קיניגן, אַרײַנגערעכנט דעם ראָש פֿונעם „בית־דוד‟. הגם חזאל האָט טאַקע געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ דערפֿאָלגרײַכן און מיליטאַנטישן קריגסמאַן, האַלטן די היסטאָריקער, אַז די קײַלעכדיקע צאָל איז אַ גוזמא.
אינעם אוראַלטן אַראַמישן טעקסט, אָנגעשריבן מיטן פֿיניקישן כּתבֿ אָן קיין בלויזן, האָבן זיך גאַנץ קלאָר אָפּגעהיט די אותיות „ביתדוד‟. אײַראַ שפּאַר, אַ פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער פֿונעם „ראַמאַפּאָ־קאָלעדזש‟, ניו־דזשערזי, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט שטודיעס פֿון דער אוראַלטער אַסיריע אינעם „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟, האָט געזאָגט, אַז כּמעט אַלע תּנ״כישע היסטאָריקער זענען מסכּים, אַז די דאָזיקע אותיות באַצייכענען טאַקע דאָס מלכות פֿון דוד־המלך.
נישט געקוקט אויף דער גרויסער היסטאָרישער ווערט פֿון דער סטעלע און אַ צאָל אַנדערע עקספּאָנאַנטן פֿון דער איצטיקער אויסשטעלונג, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער תּנ״כישער געשיכטע, זענען זיי געבליבן איגנאָרירט אין ס׳רובֿ פּרעסע־באַריכטן. סטיווען פֿײַן, אַ פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז די ייִדישע זשורנאַליסטן האָבן, צו זײַן חידוש, אָפּגעווענדט ווייניק אויפֿמערק צו די דאָזיקע וויכטיקע אַרטעפֿאַקטן, הגם אַ סך באַזוכער פֿונעם מוזיי, וואָס האָבן געהערט וועגן דעם ביבלישן קיניג דוד, האָבן זיך באַצויגן צו דער סטעלע מיט אַ גרויסן אינטערעס.
דער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער דוד וואָלפּע, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דוד־המלך, האָט באַמערקט, אַז ס׳רובֿ פֿאָרשער גלייבן, אַז דער לעגענדאַרער דוד איז געווען אַ רעאַלע היסטאָרישע פּערזענלעכקייט. עס זעט אָבער אויס, אַז זײַן מלכות איז געווען, אין דער אמתן, אַ סך קלענער, ווי מע האָט זיך פֿריִער משער געווען. פֿײַן האָט אָבער צוגעגעבן, אַז אַ טייל היסטאָריקער, פֿאַרבונדן מיט דער אַזוי־גערופֿענער קאָפּענהאַגענער שול, באַטראַכטן, אַז דוד איז בלויז אַ מיטאָלאָגישע פֿיגור. אַזוי צי אַזוי, האָט דער היסטאָריקער באַטאָנט, אַז דער ברייטער אינטערעס צו דער ביבלישער אַרכעאָלאָגיע העלפֿט די וויסנשאַפֿטער צו אַנטוויקלען ווײַטער דאָס דאָזיקע געביט פֿון פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.