קובאַ האָט מיטוואָך באַפֿרײַט אַן אַמעריקאַנער ייִד, וועלכער איז געזעסן אין תּפֿיסה פֿינף יאָר לאַנג, אויף דער באַשולדיקונג, אַז ער האָט געפּרוּווט באַזאָרגן אַ טייל פֿון די אײַנוווינער פֿון דער קאָמוניסטישער מלוכה מיט אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ.
קוואַלן גיבן איבער, אַז גראָס׳ באַפֿרײַונג איז אַ טייל פֿון אַן אַרעסטאַנטן־אויסטויש צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קובאַ, און אַ סימן פֿון אַן אַלגעמיינעם פּלאַן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.
קובאַ האָט אויך באַפֿרײַט אַן אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענט, וועלכער זיצט שוין 20 יאָר אין אַ קובאַנער תּפֿיסה, הגם די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן האָבן נישט אויסגעזאָגט זײַן אידענטיטעט צוליב זיכערהייט־סיבות. די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט באַפֿרײַט דרײַ קובאַנער אויסשפּיר־אַגענטן, פֿאַרמישפּט אין שפּיאָנאַזש אין 2001.
„הײַנט אין דער פֿרי איז אַלען גראָס אָפּגעפֿאָרן פֿון קובאַ אין אַן עראָפּלאַן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, און איז אויפֿן וועג צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן,‟ האָט אַ באַאַמטער פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע דערקלערט. די אַדמיניסטראַציע פֿירט שוין פֿון לאַנג אַ קאַמפּאַניע צו באַפֿרײַען גראָס. דאָס לעצטע מאָל איז געווען מיט אַ חודש צוריק, ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן זײַן פֿיפֿט יאָר אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
אין דעצעמבער 2009 האָט גראָס, אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער „אַמעריקאַנער אַגענטור פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג‟ (USAID), זיך געגרייט צו פֿאַרלאָזן קובאַ נאָך דעם ווי ער האָט געהאָלפֿן פֿאַרבינדן די אָרטיקע ייִדישע קהילה מיט דער אינטערנעץ. די קאָמוניסטישע מלוכה האָט אים אַרעסטירט, אויף דער באַשולדיקונג פֿון שפּיאָנאַזש, טענהנדיק, אַז דער אמתער ציל פֿון די USAID־פּראָגראַמען איז אונטערצוגראָבן די קובאַנער רעגירונג. גראָס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 15 יאָר תּפֿיסה.
דער 65־יאָריקער גראָס, פֿון פּאָטאָמאַק, מערילאַנד, איז נישט אין קיין געזונטן צושטאַנד, לײַדט גרויסע ווייטיקן צוליב אַרטריט און האָט שוין פֿאַרלוירן מער ווי 100 פֿונט זינט זײַן אַרעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.