דעם 16טן דעצעמבער אין אָוונט, ווען מע האָט אָנגעצונדן די ערשטע חנוכּה־ליכט, האָבן עטלעכע הונדערט ייִדישע דעמאָנסטראַנטן בלאָקירט דעם פֿאַרקער אויפֿן רוישיקן ראָג צווישן פּאַוער־סטריט און מאַרקעט־סטריט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. במשך פֿון פֿיר מינוט און 28 סעקונדעס האָט דער פֿאַרזאַמלטער שטיל געשוויגן; דערנאָך האָט מען געזאָגט אַ קדיש־יתום.
דער פּראָטעסט אין געווען אַ טייל פֿון דער „חנוכּה־אַקציע‟ — אַן אַמעריקאַנער ייִדישע באַוועגונג, וואָס קעמפֿט קעגן ראַסיזם און פּאָליציי־גוואַלד. מע פּלאַנירט ממשיך צו זײַן די פּראָטעסט־אַקציעס אַלע אַכט טעג פֿונעם יום־טובֿ. די פּראָטעסטן ווערן אָרגאַניזירט אויף אַ דעצענטראַליזירטן אופֿן דורך דער אינטערנעץ. די באַטייליקטע גרופּעס אַקטיוויסטן אין פֿאַרשיידענע שטעט האָבן אויסגעאַרבעט צוזאַמען אַ קאָנקרעטע ליסטע פֿון פּרינציפּן און פֿאָדערונגען; קיין ספּעציפֿישע גרופּע דינט נישט ווי דער עיקר־אָרגאַניזאַטאָר.
דער ראַבינער מיכאל ראָטבאַום פֿון דער שיל „בית חיים‟ אין דענוויל, קאַליפֿאָרניע, איז אויפֿגעטראָטן בעת דעם פּראָטעסט און האָט פֿאַרגליכן דעם הײַנטיקן קאַמף קעגן ראַסיזם מיט יציאת־מצרים. „אַזוי ווי מיר האָבן געבעטן פּרעה אַראָפּצוברענגען זײַן אומיושדיקע סיסטעם, דאַרפֿן מיר הײַנט אויך פֿאָדערן בײַ די נײַע פּרעהס אַראָפּצוברענגען די איצטיקע ראַסיסטישע סיסטעם‟.
דעם זעלבן ערשטן חנוכּה־אָוונט, זענען פֿאָרגעקומען גרויסע פּראָטעסטן אין 15 פֿאַרשיידענע שטעט אַרום דעם לאַנד. יעדע אַקציע האָט געהאַט אַ ביסל אַן אַנדער טעם, אָבער די עיקר־טעמע איז געווען איבעראַל די זעלבע: צו באַוויינען בפֿרהסיא די אומבאַוואָפֿנטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וואָס ווערן דערהרגעט דורך דער פּאָליציי — דער עיקר, דעם דערשאָסענעם יונגן מײַקל בראַון.
מיט דרײַ וואָכן צוריק, האָט דאָס גרויסע געריכט פֿון אײַנגעשוווירענע אין דער שטאָט סיינט־לויִס באַשלאָסן נישט צו מישפּטן דעם פּאָליציאַנט דאַרען ווילסאָן, וועלכער האָט דערשאָסן אויף טויט דעם 18־יאָריקן אומבאַוואָפֿנטן בראַון. דער דאָזיקער באַשלוס האָט אַרויסגערופֿן אַן אָנגייענדיקע כוואַליע פּראָטעסטן, פֿאָדערנדיק צו רעפֿאָרמירן די פּאָליציי־געזעצן, דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג פֿונעם סיסטעמאַטישן באַנוץ פֿון אומיושרדיקע אַכזריותדיקע מיטלען מצד די פּאָליציאַנטן, און אײַנצופֿירן אַלטערנאַטיווע געזעלשאַפֿטלעכע שטראָף־מיטלען אַנשטאָט אײַנצוזעצן מענטשן אין תּפֿיסה אויפֿן חשבון פֿון די שטײַער־צאָלער.
ראָטבאַום האָט באַטאָנט, אַז ייִדן מוזן קעמפֿן קעגן קאָרופּציע און אויסהערן די מיינונגען פֿון דער נישט־ווײַסער באַפֿעלקערונג וועגן דעם מצבֿ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. רבֿקה פּירס, אַ ייִדישע אײַנוווינערין פֿון דער געגנט, וווּ דער פּראָטעסט איז פֿאָרגעקומען, איז אויפֿגעטראָטן בעת דער דעמאָנסטראַציע, זײַענדיק אַ פֿאָרשטייערין פֿון געמישטע ראַסעס. זי האָט באַמערקט, אַז עס וואָלט געווען וויכטיק צו באַשעפֿטיקן אין די פּראָטעסט־פּלענער אַ גרעסער צאָל נישט־ווײַסע ייִדן. פּירס האָט באַדאַנקט די דעמאָנסטראַנטן, אָבער צוגעגעבן, אַז מע מוז אויך באַקעמפֿן ראַסיזם אין די ייִדישע קהילות, נישט בלויז אין דער רעגירונג־סיסטעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.