חומוס אין די נײַעס

Hummus Hits the Headlines


פֿון גייב פֿרידמאַן (ייִט׳׳א)

Published December 19, 2014, issue of January 23, 2015.

לויט אַ נײַעם באַריכט פֿון דער עסן־ און רעסטאָראַן־ קאָנסולטאַנט־פֿירמע „בוים און ווײַטמאַן‟, איז חומוס הײַנט מער פּאָפּולער ווי „סאַלסאַ‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הײַנט עסט מען חומוס אין 20% אַמעריקאַנער היימען, אין פֿאַרגלײַך מיט 12% מיט אַכט יאָר צוריק.

ניט אַלע בשׂורות וועגן חומוס זענען אָבער גוטע.

„וועזליאַן אוניווערסיטעט‟ האָט פֿאַראַכטאָגן אַנאָסירט, אַז די ישׂראלדיקע פֿירמע „סאַבראַ‟ וועט מער ניט דינען ווי דער עקסלוסיווער צושטעלער פֿון חומוס אויפֿן קאַמפּוס, נאָך דעם וואָס די אָרטיקע גרופּע „סטודענטן פֿאַר יושר אין פּאַלעסטינע‟ האָט חדשים לאַנג פּראָטעסטירט קעגן דער פֿירמע. סאַבראַ איז אַ ציל־ברעט פֿון דער BDS בויקאָטיר־באַוועגונג צוליב דעם, וואָס די ישׂראלדיקע פֿירמע „שטראַוס־גרופּע‟ איז אַ שותּף פֿונעם געשעפֿט, און דער „שטראַוס־גרופּע‟ שטיצט די „גולני־בריגאַדע‟, אַן אינפֿאַנטעריע־איינהייט פֿון צה׳׳ל, דורכן געבן זייערע סאָלדאַטן מתּנות. אַ פּאָר אוניווערסיטעטן האָבן שוין פּרובירט צו בויקאָטירן „סאַבראַ־חומוס‟.

„סאַבראַ‟ איז אָבער ניט די איינציקע חומוס־מאַרקע, וואָס האָט געשאַפֿן קאָנטראָווערסיע.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, פֿאַר דער דעבאַטע אין „וועזליאַן אוניווערסיטעט‟, אין סאַמע ברען פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע „צוק איתן‟ (פֿעסטער פֿעלדז) אין יולי, האָט די חומוס־פֿירמע Tribe לאַנצירט אַ פּירסום־קאַמפּאַניע אין ניו־יאָרק. די קאַמפּאַניע, מיט לאָזונגען אַזוי ווי „ביסט אונדזערס אַ מיטגליד, צי ניט‟ און „אויב דו האָסט ניט גענוג פֿאַר זיי, איז טאַקע אַ רחמנות אויף זיי‟, האָט אַרויסגערופֿן קריטיק בײַ BDS־אַקטיוויסטן. מע האָט וואַנדאַליזירט אַ צאָל פֿון די דאָזיקע רעקלאַמע־פּלאַקאַטן, און געוויסע פֿאַרשמירט מיטן וואָרט „אַפּאַרטײַד‟.

דער ערגסטער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון חומוס איז אָבער געקומען מאָנטיק, ווען די וועלט האָט זיך דערוווּסט, אַז מע האָט זיך באַנוצט מיט דעם פֿאַרגאַנגענעם חומוס ווי אַ טייל פֿון דער „סי־אי־איי‟ פּײַניקונג־פּראָגראַם. די גענויע פּרטים זענען צו עקלדיק דאָ צו באַשרײַבן אָבער ס׳איז כּמעט זיכער, אַז נאָכן זיך דערוויסן וועגן דעם, וועט בײַ אײַך פֿאַרגיין דער אַפּעטיט.