אַן אַלטע אייראָפּעיִשע לעגענדע דערציילט, אַז דאָס זיבעטע געבוירענע ייִנגל אין אַ משפּחה װערט אַ װאָלף, װען ער װערט אַ דערװאַקסענער. אַ סך מיטלען האָט מען באַניצט, כּדי דאָס אויסצומײַדן. אָבער װײַזט אויס, אַז דאָס האָט ניט געהאָלפֿן און אין אייניקע קריסטלעכע געזעלשאַפֿטן האָט מען אַפֿילו מקריבֿ געװען דאָס עופֿעלע. אין אַרגענטינע און אין פּאַראַגװײַ האָט מען אין 19טן יאָרהונדערט אָנגעהויבן אַ טראַדיציע אויסצומײַדן דעם מאָרד פֿון די ייִנגלעך — דער פּרעזידענט איז געװאָרן דער קװאַטער פֿון קינד, און דאָס איז געװאָרן אַ כּבֿוד פֿאַר דער משפּחה און אַן אָנװײַזונג פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, אַז דאָס קינד װערט פֿאַרטיידיקט פֿון דער העכסטער אויטאָריטעט פֿון לאַנד. די אַרגענטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער, האָט אָנגעהויבן אַ נײַע טראַדיציע — צום ערשטן מאָל איז זי געװאָרן די „קװאַטערין‟ פֿון דעם זיבעטן ייִנגל פֿון אַ ייִדישער משפּחה, און איר סעקרעטאַר איז בײַגעװען דעם ברית אין איר נאָמען.
אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז פֿאָרגעקומען די הזכּרה נאָך די 1,900 ייִדישע „פֿאַרשװוּנדענע‟ בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור. אונטער דעם לאָזונג „מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם זכּרון און דעם לעבן, מיר האָבן דאָס רעכט זיך צו באַקענען מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט און דאָס רעכט צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט‟, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט משפּחה־מיטגלידער; פֿאָרשטייערס פֿון „די באָבעס פֿון מײַפּלאַץ‟, װאָס זוכן זייערע אייניקלעך זינט די 1970ער יאָרן, און זיי האָבן ביז איצט אָפּגעראַטעװעט 116 אייניקלעך; פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג און פֿון אינסטיטוציעס, װאָס פֿאַרטיידיקן מענטשנרעכט; מיטגלידער פֿון דער קהילה, און אַ גרויסער עולם.
דער ייִװאָ האָט געשלאָסן דעם לערן־זמן מיט אַ פֿײַערלעכן סיום. אַ 120 סטודענטן האָבן הײַיאָר געלערנט אויף די קורסן. מען האָט געלייענט אַרבעטן, געזונגען און פֿאַרבראַכט, און אין די באַגריסונג־װערטער האָט מען אויסגעדריקט די װוּנטשן און דעם װילן װײַטער ממשיך צו זײַן מיטן לימוד פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
דוד ביטאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה אין װענעזועלאַ, האָט דערקלערט, אַז אַ 50 פּראָצענט פֿונעם ייִשובֿ האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד די לעצטע צײַטן, מחמת די עקאָנימישע שװעריקייטן און דעם אַנטיסעמיטיזם. כאָטש די לאַגע האָט זיך נישט פֿאַרבעסערט, פּרוּװט די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה, אַז די ייִדן זאָלן נישט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און אַז די װאָס האָבן פֿאַרלאָזט זאָלן צוריקקומען. מען מיינט אַז זײַנע װערטער זײַנען געװען געװידמעט דער רעגירונג און האָבן נישט קיין ערנסטן אָנשפּאַר.
מיטװאָך, דעם 17טן דעצעמבער האָט דער „אַנאַ פֿראַנק־צענטער‟ אויפֿגעשטעלט אַ סטאַטוע, געװידמעט אַנאַ פֿראַנק אין איינער פֿון די עקסקלוסיװע געגנטן פֿון דער שטאָט. צו דער געלעגנהייט איז ספּעציעל געקומען פֿון האָלאַנד הרבֿ אַבֿרהם סעטענדאָרף, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין אַמסטערדאַם, און עס האָבן אים באַגריסט דער דירעקטאָר פֿון צענטער, העקטאָר שלום, און דער קולטור־מיניסטער פֿון דער שטאָט, הערנאַן לאָמבאַרדי.
די סטאַטוע — אַ קאָפּיע פֿון דער סטאַטוע, װאָס געפֿינט זיך בײַם מוזיי אין אַמסטערדאַם, איז פֿון דער קינסטלערין יעט שעפּ, און איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן לעבן דער „בריק פֿון דער פֿרוי‟ אין „פּוערטאָ מאַדעראָ‟.
דער „איסלאַמישער צענטער פֿון בוענאָס־אײַרעס‟ האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער קהילה און מיט דער „דאַיאַ‟, און אויסגעדריקט זייער סאָלידאַריטעט מיטן ייִשובֿ; און פֿאַרדאַמט די פֿאַרשװעכונג פֿונעם בית־עולם אין דער פּראָװינץ סאַנטיאַגאָ דעל עסטעראָ. אויך דער פּאַרלאַמענט פֿון דער פּראָװינץ האָט אויף אַ ספּעציעלער זיצונג געפֿאָדערט מע זאָל געפֿינען די װאַנדאַלן, װאָס האָבן צעשטערט מצבֿות און פֿאַרפּאַטשקעט דאָס הייליקע אָרט מיט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן. זיי האָבן באַשטימט אַ ספּעציעלע סומע געלט, װאָס זאָל דעקן דאָס פֿאַרריכטן די שאָדנס.
דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַר סאָציאַלער הילף פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געפֿײַערט די 20 יאָר פֿון זייער קורס פֿאַר באַגלייטערס און באַדינערס פֿאַר עלטערע מענטשן. דאָס צוגרייטן װאָלונטירן פֿאַר אָט דער נייטיקער אַרבעט איז אַ מוסטער אין לאַנד, און אַ סך אינסטיטוציעס האָבן אָרגאַניזירט בײַ זיך ענלעכע קורסן מיט אָט דער מאָדעל און מיט דעם ראָט פֿון די פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון דער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.