עס קאָן זײַן, אַז דער היסטאָרישער אָפּמאַך, צוליב וועלכן אַלען גראָס איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אַ קובאַנער תּפֿיסה, וועט בײַטן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין קובע און העלפֿן צו פֿאַרבינדן זי בעסער צו די אַנדערע לענדער.
דעם 17טן דעצעמבער, האָט דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַראַק אָבאַמאַ, דערקלערט, אַז זײַן רעגירונג קלײַבט זיך צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט קובע. ער האָט באַמערקט, אַז דער לאַנגער קאָנפֿליקט צווישן די צוויי לענדער האָט געשטערט די אינטערעסן פֿון זײַן אייגן לאַנד.
בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָבן די אַמעריקאַנער רעגירונג־באַאַמטע דערציילט, אַז מע פּלאַנירט צו באַנײַען אינגאַנצן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און האַוואַנע, וועלכע זענען געווען איבערגעריסן זינט 1961, ווי אויך אָפּצומאַכן די עקאָנאָמישע און טוריסטישע באַגרענעצונגען.
ראָן קאַמפּעאַס, אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ייִט״אַ, האָט איבערגעגעבן די ווערטער פֿון דינה סיגעל וואַן, די דירעקטאָרין פֿונעם „בעלפֿער־אינסטיטוט‟ פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער ענינים בײַם „דזשוינט‟, וועלכע גלייבט, אַז די נאָרמאַליזאַציע פֿון די באַציִונגען מיט וואַשינגטאָן איז באַזונדערס אַ גרויסע טובֿה פֿאַר די קובאַנער ייִדן, וואָס זייער באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט בערך 1,500 נפֿשות.
דער 65־יאָריקער גראָס, וועלכער איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿון תּפֿיסה צוליב דעם נײַעם באַשלוס, איז אויפֿגעטראָטן דעם זעלבן טאָג אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין וואַשינגטאָן, און געוווּנטשן דעם עולם „חג שׂמח‟ אויף העברעיִש. דער געוועזענער אַרעסטאַנט האָט באַמערקט, אַז זײַן 44־יאָריקע פֿרוי, דזשודי גראָס, און זײַן אַדוואָקאַט, סקאָט גילבערט, האָבן אים שטאַרק געהאָלפֿן, צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין וואַשינגטאָן און אַ ריי ייִדישע און אַלגעמיינע אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט קריסטן און מוסולמענער. די עיקר־ראָלע האָט אין זײַן באַפֿרײַונג אָבער געשפּילט, ווי גראָס האָט באַמערקט, די אַמעריקאַנער מלוכה און פּערזענלעך דער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ אַליין.
זיצנדיק אין טורמע, האָט גראָס געליטן פֿון אַ צאָל ערנסטע מעדיצינישע פּראָבלעמען און פֿאַרלוירן מער ווי 100 פֿונט וואָג. ער האָט אָבער באַטאָנט, אַז ער האָט ליב דאָס פֿרײַנדלעכע קובאַנער פֿאָלק, וואָס טראָגט נישט קיין אַחריות פֿאַר זײַן אַרעסט, און האָט באַגריסט דעם באַשלוס צו באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע פֿאַרבינדונגען.
גראָס האָט געאַרבעט אין קובע ווי אַ באַאַמטער פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג. אַ דאַנק די סאַטעליט־טעלעפֿאָנען, וואָס ער האָט געבראַכט קיין קובע, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה געקאָנט זיך פֿאַרבינדן גרינגער מיט דער אינטערנעץ. אינעם יאָר 2009 איז ער אַרעסטירט און פּאַרמישפּט געוואָרן אויף 15 יאָר תּפֿיסה פֿאַר „פֿאַרברעכנס קעגן דער מלוכה‟, ווײַל ער האָט נישט געטאָרט אַרײַנגברענגען די קאָמוניקאַציע־אויסשטאַטונג אָן אַ דערלויבעניש מצד דער קובאַנער רעגירונג.
ראָן קאַמפּעאַס גיט איבער ווײַטער אין זײַן אַרטיקל די מיינונג פֿון דער דערמאָנטער „דזשוינט‟־פֿאַרוואַלטערין, אַז די נאָרמאַליזירטע באַציִונגען צווישן קובע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן קאָנען זיך אויך אָפּרופֿן אויף אַ ריי אַנדערע דרום־אַמעריקאַנער לענדער, בפֿרט ווענעזועלע. ממילא, וועט עס אויך ווירקן אויפֿן מצבֿ פֿון די דאָרטיקע ייִדישע קהילות. דניאל מאַריאַשין, דער דירעקטאָר פֿון „בני־ברית‟, אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע מיט אַ סך צווײַגן אין דרום־אַמעריקע, האָט אויסגעדריקט די זעלבע מיינונג.
דעם זעלבן טאָג, דעם 17טן דעצעמבער, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אויסגעטוישט דרײַ מיטגלידער פֿון דער פֿלאָרידער גרופּע קובאַנער, וועלכע האָבן שפּיאָנירט לטובֿת קובע, אויף אַן אייגענעם שפּיאָן, וועלכער איז אָפּגעזעסן 20 יאָר אין אַ קובאַנער תּפֿיסה. זײַן נאָמען בלײַבט אַ סוד. צוויי פֿון די „קובאַנער פֿינף‟ זענען שוין אַרויס פֿון דער אַמעריקאַנער טורמע. אָבאַמאַ האָט אָבער געמאָלדן, אַז דער אויסטויש־אָפּמאַך איז נישט געווען פֿאַרבונדן מיטן אַרויסלאָזן גראָס.
להיפּוך צו די רעפּובליקאַנער, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט אָבאַמאַס באַשלוס צו מאַכן גרינגער דעם עמבאַרגאָ קעגן קובע, האָבן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדישע גרופּעס באַגריסט דעם אָפּמאַך. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט אַָבאַמאַ האָט באַמערקט, אַז גראָס איז באַפֿרײַט געוואָרן אין דער צײַט, ווען ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט מערקן אָפּ חנוכּה — אַ יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט, און באַמערקט, אַז דער געוועזענער אַרעסטאַנט וועט איצט אויך קאָנען פּראַווען אַ חנוכּה־שׂימחה מיט זײַן משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.