ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

אַ רבֿ ברענגט אַ חנוכּה־לאָמפּ צום דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿונעם קאַפֿע־אַטאַק, דעם 16טן דעצעמבער, אין סידניי
Getty Images
אַ רבֿ ברענגט אַ חנוכּה־לאָמפּ צום דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿונעם קאַפֿע־אַטאַק, דעם 16טן דעצעמבער, אין סידניי

פֿון שרה זילבערמאַן

Published December 22, 2014, issue of January 23, 2015.

פֿײַערװערק לכּבֿוד חנוכּה

די לובאַװיטשער אָרגאַניזאַציעס אין מעלבורן און אין סידנעי האָבן צוגעגרײט, אַזױ װי עס איז זײער יערלעכער שטײגער, אַן אָװנט פֿון פֿײַערװערק און פֿאַרװײַלונג אין לאָקאַלע פּאַרקן, לכּבֿוד חנוכּה אין די צװײ גרעסטע שטעט.


חנוכּה־לאָמפּ אויפֿן דענקמאָל לזכּרון קרבנות פֿון קאַפֿע־אַטאַק

נאָכן בלוטיקן סוף פֿונעם אָנפֿאַל אױפֿן קאַפֿע אין צענטראַל־סידנעי, האָבן די אָנפֿירער פֿון די אױסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס גערעדט װעגן דער װיכטיקײט פֿון טאָלעראַנץ קעגן אומטאָלעראַנץ, טעראָר און האַס. זײ האָבן אױסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די טראַגעדיע װעט פֿאַראײניקן אַלע אױסטראַליער אינעם קאַמף קעגן עקסטרעמיזם און גװאַלד־אַקטן, און האָבן געלױבט די לאָקאַלע פּאָליצײ פֿאַר זײער אױפֿפֿירונג במשך פֿון דער טראַגעדיע. זײ האָבן אױך אױסגעדריקט מיטלײַד צו די משפּחות פֿון די אומגעקומענע.

אײן רבֿ האָט אַװעקגעשטעלט אַ חנוכּה־לאָמפּ צװישן די פֿיל בלומען, װעלכע זײַנען אַרויפֿגעלײגט געװאָרן אױפֿן טראַטואַר לעבן דער קאַפֿע, דערמאָנענדיק, אַז זי איז אַ סימבאָל פֿונעם זיג פֿאַר פֿרײַהײט איבער אונטערדריקונג, און דעם זיג פֿון ליכטיקײט איבער שקר. רבנים און ראַבײַס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען מיט קריסטלעכע און איסלאַמישע גײַסטלעכע אין פֿיל אױסטראַלישע שטעט, כּדי אױסצודריקן סאָלידאַריטעט מיט דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע, װאָס האָט געטאַדלט דעם סידנעיער טעראָר־אַקט.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און דערציִערישע אינסטיטוציעס איבערן גאַנצן לאַנד האָבן געהעכערט זײערע זיכערהײט־אײַנריכטונגען אינעם טאָג פֿונעם אָנפֿאַל.


ייִדישע מיטלשול־תּלמידים דערװאָרבן גוטע רעזולטאַטן אין װיקטאָריע

ייִדישע מיטלשול־תּלמידים, װעלכע לערנען זיך אינעם 12טן קלאַס, סײַ אין ייִדישע מיטלשולן און סײַ אין עפֿנטלעכע מיטלשולן, האָבן דערװאָרבן גוטע רעזולטאַטן אױף די שטאַטישע סוף־יאָר עקזאַמענס, װעלכע אַלע מיטלשול גראַדואַנטן אין דער שטאַט װיקטאָריע מוזן מיטמאַכן, כּדי צו באַקומען זײערע דיפּלאָמען. צװײ ייִדישע תּלמידים זײַנען געװען צװישן די 33 תּלמידים אין גאַנץ װיקטאָריע, װעלכע האָבן באַקומען פֿולע פּונקטן אױף די עקזאַמענס. תּלמידים האָבן געשריבן עקזאַמענס אױף פֿיל טעמעס, צװישן זײ די ייִדישע שפּראַך, עבֿרית, תּנ”כישער העברעיִש, תּנ”כישע טעקסטן און די השפּעה פֿון רעליגיע אױף דער געזעלשאַפֿט.


צען ביליאָן אַמעריקאַנער דאָלאַרן פֿאַר דער שארית־הפּליטה

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, װעלכע אַרבעטן לטובֿת עלטערע בירגער אין מעלבורן און אין סידנעי, װעלן באַקומען העכער צען מיליאָן אַמעריקאַנער דאָלאַר צו העלפֿן די מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה װײַטער צו װױנען בײַ זיך אין שטוב, אױב זײ װילן נישט גײן װױנען אין אַ מושבֿ־זקנים במשך פֿונעם יאָר 2015, לױט דער צײַטונג „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟. דאָס געלט קומט פֿון דער דײַטשער רעגירונג דורך דער ייִדישער ירושה־קאָנפֿערענץ. 365 מיליאָן דאָלאַר װערט אַחוץ דעם צעטײלט צו העלפֿן דער שארית־הפּליטה אין 47 לענדער.


פֿאָטאָ פֿון אײנעם פֿון דער שארית הפּליטה — פּרעמירט

העדי ריטערמאַנס פֿאָטאָ „ריטשאַרד 2014‟ האָט געװוּנען די מענטשנרעכט־פּרעמיע בײַ די יערלעכע „בלײקלי פּרעמיעס פֿאַר אױסטראַלישע קונסט־װערק‟, װעלכע פֿאַרנעמען זיך מיט גײַסטלעכע און רעליגיעזע טעמעס; װי אױך מיט דער טעמע מענטשן־רעכט. די פֿאָטאָ װײַזט ריטשאַרדן, אַ קאַצעטניק, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן מיט 94 יאָר צוריק. ער האַלט אַ פּאַסיק, װאָס ער האָט נאָך פֿון פֿאַרן חורבן. דער פּאַסיק איז די אײנציקע זאַך, װאָס איז אים געבליבן פֿון פֿאַרן חורבן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.