ווען די מתפּללים קומען אַרײַן פֿרײַטיק אויפֿדערנאַכט אין דער נײַסטער ישׂראלדיקער רעפֿאָרמער שיל, באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן נישט אויף העברעיִש צו ענגליש, ווי אין ס׳רובֿ אַנדערע רעפֿאָרם־סינאַגאָגעס אינעם לאַנד, נאָר גאָר אויף רוסיש.
די נײַע קהילה געפֿינט זיך אין רמת־גן, נישט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַחוץ דעם, וואָס יעדער איינער פֿון 35 שטענדיקע מתפּללים שמועסט דאָרטן אויף רוסיש, דינט עס ווי די שפּראַך פֿון אַ סך תּפֿילות. דער ראַבינער, גריגאָרי קאָטלער, טרעט כּסדר אויף מיט רוסישע דרשות.
קאָטלער פֿירט אויך אָן מיט אַן אַנדער רוסיש־שפּראַכיקער רעפֿאָרמער שיל, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין חיפֿה מיט פֿיר יאָר צוריק, און הייסט „שירת הים־כּרמל‟. פֿאַר דער רמת־גנער קהילה האָט מען נאָך נישט צוגעטראַכט אַ נאָמען. מע פּלאַנירט צו עפֿענען ענלעכע שילן אויך אין באר־שבֿע און אַשדוד, וווּ עס וווינען אַ סך רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.
דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין ישׂראל, ראַבינער גלעד קריבֿ, האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע באַטראַכט די אַרבעט מיטן רוסישן עולם ווי אַ שליסל־סטראַטעגיע. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דערווײַל גייט דאָ אַ רייד בלויז וועגן עטלעכע הונדערט מענטשן, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן „אַ געוויסע מדרגה‟ פֿון אינטערעס. פֿונדעסטוועגן, איז עס אַ חידושדיקער פֿענאָמען, ווײַל רעפֿאָרמיזם איז בעצם אַן אַמעריקאַנער שיטה; די אימיגראַנטן פֿונעם אַטעיִסטישן ראַטן־פֿאַרבאַנד בלײַבן, געוויינטלעך, אינגאַנצן סעקולער, אָדער זיי גייען אין טראַדיציאָנעלע אָרטאָדאָקסישע שילן.
די פֿרומע קהילות באַציִען זיך אָבער אָפֿט מיט אַ חשד צו די „רוסן‟. צוליב דעם, האָבן נישט ווייניק פֿון די רוסישע ייִדן אָנגעהויבן זוכן אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע פֿרײַנדלעכע אַלטערנאַטיוו. אין דער זעלבער צײַט, האָט די רעפֿאָרם־באַוועגונג לעצטנס אָנגעהויבן זיך פֿאַרשפּרייטן אין ישׂראל, און אַ טייל פֿונעם רוסיש־רעדנדיקן עולם האָט זיך דערמיט פֿאַראינטערעסירט.
קריבֿ האָט זיך דערמאָנט, אַז אין די 1990ער יאָרן, ווען אַ ריזיקע כוואַליע אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין ישׂראל, האָט זײַן אָרגאַניזאַציע געמיינט, אַז צוליב זייער וועלטלעכן לעבנס־שטייגער וועלן זיי זיך נאַטירלעך צוציִען צו די רעפֿאָרמיסטן. זיי האָבן אָבער אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס. קריבֿ האַלט, אַז די סיבה דערפֿון איז געווען דאָס, וואָס ס׳רובֿ פֿרישע אימיגראַנטן זענען געווען דעמאָלט צו פֿאַרנומען מיט עקאָנאָמישע און וווינונג־פּראָבלעמען. אין די לעצטע יאָרן איז אָבער אויפֿגעוואַקסן אַ יונגער דור, וואָס איז שוין גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און אינטערעסירט זיך אַקטיוו מיט אַלטערנאַטיווע פֿאָרעמס פֿון ייִדישקייט.
אַ צווייטער פֿאַקטאָר פֿונעם שטײַגנדיקן אינטערעס צו דער רעפֿאָרמער ייִדישקייט צווישן די רוסישע ייִדן אין ישׂראל, האָט צו טאָן מיטן וואַקסנדיקן אינטערעס צו רעפֿאָרמיזם אין אוקראַיִנע. לויט קריבֿ, קאָנקורירן דאָרטן די רעפֿאָרמער קהילות גאַנץ אַקטיוו מיט חב״ד, וואָס בלײַבן די פּאָפּולערסטער ייִדישע באַוועגונג אינעם אַלטן היימלאַנד פֿונעם ליובאַוויטשער רבין.
קאָטלער האָט פֿריִער געדינט ווי דער ערשטער פֿולצײַטיקער רעפֿאָרמער ראַבינער אין מאָסקווע. איצט זענען אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַראַן זעקס רעפֿאָרם־ראַבינער: צוויי אין מאָסקווע, און די אַנדערע אין פּעטערבורג, קיִעוו, אָדעס און מינסק.
אַ סך געוועזענע סאָוועטישע עולים פֿון געמישטע משפּחות זענען על־פּי־הלכה נישט קיין ייִדן. די רעפֿאָרמער קהילות, וווּ מע פֿרעגט ווייניק קשיות וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די מיטגלידער, איז פֿאַר זיי אַ נאַטירלעכע ברירה. אַרום 70 פּראָצענט פֿון בערך 200 מענטשן, וואָס די רעפֿאָרמער ראַבינער זענען מגייר יעדעס יאָר אין ישׂראל, זענען טאַקע רוסיש־רעדער. די אָפֿיציעלע רעגירונג־סיסטעם, באַגרינדעט אויף דער אָרטאָדאָקסישער הלכה, אָנערקענט זיי אָבער נישט ווי ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.