מיטוואָך, דעם 24סטן דעצעמבער, האָט די ישׂראלדיקער רעגירונג דערלויבט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין דער פּרעסע די אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ גרויס־מאַסשטאַביקן קאָרופּציע־סקאַנדאַל, וועלכער איז אויסגעבראָכן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַנס פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו‟.
עומרי אפרים האָט דערציילט אין זײַן אַרטיקל אויף דער נײַעס־וועבזײַט Ynet, אַז אין שפּיץ פֿון מער ווי 30 איצטיקע און געוועזענע הויכראַנגיקע פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַרטיי, פֿאַרמישט אינעם סקאַנדאַל, שטייט פֿאַיִנאַ קירשענבאַום, די גענעראַל־סעקרעטאַרין פֿון „ישׂראל ביתנו‟ און וויצע־מיניסטאָרין פֿון אינערלעכע ענינים. קירשענבאַום האָט באַטאָנט, אַז זי האָט נישט קיין השׂגה, פֿאַרוואָס די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון איר טעטיקייט, און קריטיקירט די פּרעסע פֿאַרן דערציילן וועגן איר אויף אַזאַ נעגאַטיוון אופֿן.
די פּאַרטיי האָט פֿאַרטיידיקט די וויצע־מיניסטאָרין און געטענהט, אַז די אויספֿאָרשונג האָט אַ פּאָליטישן מאָטיוו, באַמערקנדיק, אַז יעדעס מאָל אין שײַכות צו די וואַלן, זינט „ישׂראל ביתנו‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1999, הייבט אָן די פּאָליציי אַרעסטירן אירע פֿירער, צוליב אומקלאָרע סיבות, און צעבלאָזן אַ הויכן סקאַנדאַל. ליבערמאַן האָט געמאָלדן, אַז אַזוי ווי פֿריִער, וועלן די שׂונאים פֿון זײַן באַוועגונג בלײַבן מיט ליידיקע הענט.
להיפּוך, האָבן די פּאָליציי־אינסטאַנצן באַטאָנט, אַז אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד זענען זעלטן פֿאָרגעקומען אַזעלכע גרויסע קאָרופּציע־פֿאַלן. במשך פֿון אַ יאָר, האָט מען געפֿירט אַ געהיימע אויספֿאָרשונג איבער די פֿאַרדעכטיקטע, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע וויצע־מיניסטאָרין, מעיאָרס פֿון אַ ריי שטעט און אַנדערע רעגירונג־פֿיגורן. דער קאָמיסאַר יוחנן דנינו (דאַנינאָ) האָט געזאָגט, אַז די סיבות פֿון די אַרעסטן זענען גאַנץ קלאָר, און זענען אַ טייל פֿונעם קאַמף קעגן קאָרופּציע. דער ישׂראלדיקער גענעראַל־פּראָקוראָר, יהודה ווײַנשטיין, האָט דערקלערט, אַז מע האָט באַשלאָסן צו פֿאַרעפֿנטלעכן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אָנגייענדיקער אויספֿאָרשונג דווקא פֿאַר די וואַלן, כּדי די וויילער זאָלן וויסן, אַז געוויסע פּאָליטיקער זענען פֿאַרדעכטיקט אין ערנסטע פֿאַרברעכנס. מע איז חושד, אַז די פֿאַרמישטע אין דער מאַכינאַציע האָבן אײַנגעשטעלט אייגענע מענטשן — חבֿרים צי מיטדענקער — אויף געוויסע שליסל־פּאָזיציעס און געשאַפֿן אַ גאַנצע נעץ, דורך וועלכער די מלוכישע פֿאָנדן זענען אויף אַ קרימינעלן אופֿן איבערגעגעבן געוואָרן צו געוויסע אָרגאַניזאַציעס. אַחוץ די פּאָליטיקער, זענען אין שײַכות מיט די קאָרופּציע־מעשׂים פֿאַרדעכטיקט אַ צאָל פֿאַרוואַלטער פֿון פֿאַרשיידענע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, פּאָליטישע אָקטיוויסטן און פֿירער פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען.
ליבערמאַן אַליין איז שוין נישט איין מאָל געווען פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע־מעשׂים. אין דעצעמבער 2012, זײַענדיק דעמאָלט אַן אויסערן־מיניסטער, האָט ער רעזיגנירט צוליב אַ גאַנצע ריי צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַכינאַציעס. דאָס געריכט האָט אים אָבער באַשלאָסן נישט צו באַשטראָפֿן, און אין אַ יאָר אַרום האָט ער זיך אומגעקערט אויפֿן זעלבן פּאָסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.