מצבֿ פֿון ישׂראלדיקן מיידל אַ ביסל בעסער

Israeli Child Victim of Firebomb Doing Better


פֿון ירושלים (ייט׳׳א)

Published December 26, 2014, issue of January 23, 2015.

דער געזונט־מצבֿ בײַ אַן 11־יעריקן מיידל, וואָס איז נעכטן שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, נאָך דעם וואָס טעראָריסטן האָבן געוואָרפֿן אַ צינד־פֿלאַש אויפֿן אויטאָ אין וועלכן זי איז געפֿאָרן, האָט זיך שוין אַ ביסל פֿאַרבעסערט. דאָס מיידעלע, אילה שפּירא, איז שווער פֿאַרברענט געוואָרן אויף איבער 50 פּראָצענט פֿון איר קערפּער, אַרײַנגערעכנט דאָס פּנים.

דאָס מיידל און איר פֿאָטער זענען געפֿאָרן פֿון זייער היים אינעם ייִשובֿ „אל מתן‟ אויף אַ בת־מצוה אינעם דערבײַיִקן ייִשובֿ „קרני שומרון‟.

הײַנט האָט צה׳׳ל אַרעסטירט 12 פּאַלעסטינער אינעם שטעטל „עזון‟ לעבן „קלקיליה‟, ניט ווײַט פֿונעם אָרט, וווּ דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען. דער שב׳׳כ וועט אויספֿאָרשן דעם חשד, אַז די זעלביקע 12 פּאַלעסטינער האָבן אָנטייל גענומען אינעם אַטאַק.

גלײַכצײַטיק, אינעם שפּיטאָל א׳׳נ חיים שיבא אין תּל־השומר, ליגט אילה שפּירא אין אַן אָפּטיילונג פֿאַר שווער פֿאַרוווּנדעטע קינדער. די דאָקטוירים גיבן איבער, אַז די אייבערשטע טיילן פֿון איר אָטעם־וועג (upper respiratory tract) זענען שווער פֿאַרברענט געוואָרן אָבער אַז זי אָטעמט הײַנט אַ ביסל גרינגער. ד׳׳ר גידי פּרת, דער דירעקטאָר פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר אינטענסיווער באַהאַנדלונג פֿון קינדער, האָט געזאָגט אַז „מיר לייגן אַכט אויף דעם, זי זאָל ניט פֿילן קיין ווייטיק. די סיטואַציע איז זייער אַ קאָפּליצירטע. זי קען אונדז הערן און מיר האָבן געבעטן בײַ אירע עלטערן, זיי זאָלן רעדן צו איר און זי גלעטן, כּדי זי זאָל פֿילן כאָטש אַ טעם פֿון דער היים‟. די דאָקטוירים וועלן פּרובירן צו סטאַבאַליזירן איר געזונט־מצבֿ, אַז מע זאָל שפּעטער קענען איבערמאַכן איר פּנים דורך אַ סעריע קאָסמעטישע כירוגיעס. די דאָקטוירים גיבן איבער, אַז אילה וועט דאַרפֿן בלײַבן אין שפּיטאָל כאָטש 2 חדשים און אַז דער פּראָצעס צו רעקאָנסטרויִרן איר פּנים וועט דויערן נאָך לענגער.

אויך מיט אַ חודש פֿריִער האָט מען באַוואָרפֿן דעם אויטאָ בעת אילהס מוטער האָט עס געפֿירט, אָבער זי איז ניט געשעדיקט געוואָרן.