אַ פּאָקער־מײַסטער - מיט אַ יאַרמלקע

A Poker Champ - with a Kipah

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט׳׳א)

Published December 30, 2014, issue of January 23, 2015.

אַרי ענגל אין פּראָג בעת אַ טורניר
אַרי ענגל אין פּראָג בעת אַ טורניר

בעת די לעצטע 10 יאָר האָט אַרי ענגל פֿאַרדינט אַרום 5$ מיליאָן דאָלאַר ווי אַ פּאָקער־שפּילער. דער זון פֿון אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ, איז ענגל איינער פֿון די סאַמע בעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָקער־שפּילער אויף דער וועלט. לויטן פּאָקער־זשורנאַל „בלאָף‟ איז ער דער 23סטער בעסטער שפּילער - און מסתּמא דער איינציקער פּאָקער־מײַסטער, וואָס טראָגט אַ יאַרמלקע.

כאָטש די הלכה קוקט קרום אויף אַזאַרטשפּילן, האַלט ענגל, וואָס היט כּשרות, אַז פּאָקער איז דווקא ניט קיין אַזאַרטשפּיל. „ס׳איז אַ שאָד, וואָס פּאָקער שפּילט מען אין קאַסינאָס‟, האָט אַרי איבערגעגעבן. „ווען מע שפּילט פּאָקער, זענען טאַקע דאָ זאַכן, וואָס מע קען ניט קאָנטראָלירן, אָבער ס׳זענען אויך דאָ אַ סך עלעמענטן, וואָס מע קען יאָ באַהערשן. איך ריזיקיר ניט בכלל. איך פּרוביר צו האָבן אַ פֿאָרהאַנט ווען איך שפּיל פּאָקער, און איך פּרוביר צו מאַכן פֿון דעם מײַן פּרנסה‟.

אַ מאָל מאַכט זיך, אַז דאָס טראָגן אַ יאַרמלקע העלפֿט, זאָגט ענגל, ווײַל זײַנע קעגנער שאַצן אונטער זײַנע פֿעיִקייטן. דערצו וועלן אַנדערע שפּילער אים געבן אָנצוהערן דורך אַ ייִדיש אָדער העברעיִש וואָרט, אַז זיי זענען אויך ייִדן.

אַ געבוירענער אין טאָראַנטאָ, האָט אַרי ענגל געוווינט ווי אַ קינד אין דרום־אַפֿריקע, אויסטראַליע, ירושלים, און מערילאַנד, איידער ער האָט פֿאַרענדיקט אַ ישיבֿה אין סקאָקי, אילינוי. קיין פּאָקער האָט ער קיינמאָל ניט געשפּילט ביז ער איז געוואָרן 17 יאָר אַלט. ער האָט די שפּיל זיך באמת אויסגעלערנט בשעת דעם יאָר, וואָס ער איז געווען אין אַן אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ירושלים; ווי אויך אינעם „ניו־יאָרקער‟ אוניווערסיטעט. דאָרטן איז זײַן מיטוווינער געווען אַן אָנהענגער פֿון די פּאָקער־שפּילן אויף דער אינטערנעץ. אַרי האָט באַלד אָנגעהויבן שפּילן „אָנלײַן‟, און כאָטש ער האָט אַ ביסל געאַרבעט אינעם תּחום פֿון פֿינאַנץ נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט, האָט ער פֿאַרדינט אַ סך מער געלט דווקא פֿון פּאָקער. ער האָט אויך פֿאַרדינט פֿונעם לערנען אַנדערע, ווי אַזוי צו שפּילן אויף דער אינטערנעץ.

דעם 15טן אַפּריל, 2011 האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג באַשולדיקט די פּאָקער־וועבזײַטן אין באַנק־שווינדל און געלט־וואַשונג, און געשלאָסן די גרעסטע פֿירמעס, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט די ווירטועלע קאַסינאָס, מיט וועלכע אַרי האָט זיך באַנוצט. צוליב דעם, וואָס ער איז געבוירן געוואָרן אין קאַנאַדע, האָט ער תּיכּף אָנגעגעבן אויף אַ קאַנאַדער פּאַספּאָרט און זיך אַריבערגעפּעקלט קיין טאָראָנטאָ. די שווערע קאַנאַדער ווינטערן זענען אים אָבער ניט צום האַרצן און ער האָט נאָך צוויי ווינטערן באַשלאָסן צו שפּילן אין די פּאָקער־טורנירן פּנים־אל־פּנים. הײַנט פֿאָרט ער אַרום איבער דער וועלט אויף אַזעלכע טורינירן. אין נאָוועמבער, למשל, האָט ענגל געשפּילט אין פּערו, סיינט־מאַרטין און דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק, וווּ ער האָט געוווּנען $136,000 דאָלאַר.

ער שפּילט אַ מאָל אויף שבת צוליב דעם, וואָס די טורנירן דויערן ביז שפּעט בײַ נאַכט, אָבער אויף די ייִדישע יום־טובֿים בלײַבט ער בײַ די עלטערן אין פֿלאָרידע. וועגן דער צוקונפֿט זאָגט ענגל, „ווייס איך ניט, צי איך וועל שפּילן פּאָקער אייביק, אָבער דערווײַל וועל איך בלײַבן מיט דעם. איך האָב אָנגעזאַמלט אַ היפּש ביסל געלט און איך האָב די פֿרײַהייט אויסצופֿאָרשן פֿאַרשידענע געלעגנהייטן. איך דאַרף נאָר זײַן גרייט און זײַן קלוג וועגן דעם‟.