אַ גרופּע היסטאָריקער, וויסנשאַפֿטלער און אַנדערע פֿאָרשער האָט מיט אַ וואָך צוריק איבערגעגעבן וועגן דעם חידושדיקן געפֿינס לעבן דעם קליינעם שטעטל סאַנקט־געאָרגען אַן־דער־גוזען אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון עסטרײַך: אַ ריזיקע געהיימע אונטערערדישע לאַבאָראַטאָריע, וווּ די נאַציס האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דאָס קליינע עסטרײַכישע שטעטעלע, וווּ עס וווינען הײַנט 3,5 טויזנט תּושבֿים, געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער דײַטשישער מיליטערישער וויסנשאַפֿט און אינדוסטריע. אינעם יאָר 1944 האָבן די נאַציס דאָרט געשאַפֿן דעם לאַגער „גוזען 2‟ — דער ברוטאַלסטער אָפּטייל אין דער סיסטעם פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגערן „מאַוטהאַוזען־גוזען‟, וווּ עס זענען אומגעקומען ביז 320,000 טויזנט אַסירים, אַרײַנגערעכנט 38,000 ייִדן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, זענען צווישן די אַרעסטאַנטן געווען אַ סך געבילדעטע אינטעליגענטע מענטשן; די נאַציס האָבן אויסגענוצט זייער שקלאַפֿן־מי פֿאַר די מיליטערישע פֿאָרשונגען.
דער עסטרײַכישער רעזשיסאָר אַנדרעאַס זולצער, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אויסגראָבונג־עקספּעדיציע, האָט דערציילט דער בריטישער צײַטונג „The Sunday Times‟, אַז די נײַ־אַנטדעקטע סיסטעם פֿון אונטערערדישע אונטערנעמונגען איז, מסתּמא, געווען די גרעסטע געהיימע וואָפֿן־פֿאַבריק פֿונעם „דריטן רײַך‟. ווײַזט אויס, אַז די פֿאַרשקלאַפֿטע אַסירים פֿונעם לאַגער האָבן אויסגעבויט דעם ריזיקן קאָמפּלעקס פֿון טונעלן, וואָס נעמט אַרום אַ שטח פֿון בערך 300,000 קוואַדראַט־מעטערס (75 אַקערס).
במשך פֿון כּמעט 70 יאָר נאָך דער מלחמה איז דער געהיימער קאָמפּלעקס געבליבן אַ סוד. זולצער האָט אויסגעפֿאָרשט די אַרכיוו־דאָקומענטן פֿון עטלעכע לענדער און אויסגעפֿונען, אַז דעם 2טן יאַנואַר 1944 האָבן די נאַציס פֿאַרשיקט 272 אַסירים פֿון מאַוטהאַוזען צו אַרבעטן אויף אַ געהיימער לאַבאָראַטאָריע אין סאַנקט־געאָרגען. אין געוויסע ערטער פֿון דער דאָזיקער געגנט טרעפֿט זיך אַן אומגעוויינטלעך הויכער ניוואָ פֿון ראַדיאַציע — נישט ווײַט פֿון דער געוועזענער פֿאַבריק, וווּ די נאַציס האָבן געשאַפֿן דעם ערשטן רעאַקטיוון עראָפּלאַן־באָמבאַרדירער „מעסערשמיט 262‟. פֿאַרשיידענע אויסשפּיר־דאָקומענטן האָבן דערמעגלעכט זולצערס גרופּע פֿאָרשער אויסצוגראָבן אַן אַרײַנגאַנג אין דער פֿריִער אומבאַקאַנטער סיסטעם פֿון טונעלן. דער רעזשיסאָר האָט באַזונדערס באַדאַנקט די לעבן־געבליבענע פֿאַרשקלאַפֿטע וויסנשאַפֿטלער, וואָס זייער עדות האָט שטאַרק געהאָלפֿן צו געפֿינען די געהיימע לאַבאָראַטאָריע.
ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז די נאַציס האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע געווער. דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבער דער געגנט, און די סאָוועטישע מאַכט האָט דאָרטן אָנגעפֿירט ביז 1955. די אַמעריקאַנער און סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער האָבן אויסגענוצט אַ סך דײַטשישע דאָקומענטן, וועלכע האָבן זיי ממשותדיק געהאָלפֿן צו פֿאַרווירקלעכן די פֿאָרלויפֿיקע אַטאָם־פֿאָרשונגען פֿון די נאַציס. דער אונטערערדישער געהיימער קאָמפּלעקס, וווּ די דאָזיקע פֿאָרשונגען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן, איז אָבער געבליבן ביז הײַנט באַהאַלטן אונטער דער ערד.
מע איז זיך משער, אַז דער „עס־עס‟־גענעראַל האַנס קאַמלער, וועלכער איז טרויעריק באַקאַנט ווי דער פּאַרשוין, וועלכער האָט גוטגעהייסן די פּלענער פֿון גאַז־קאַמערן און אויוונס אין אוישוויץ, האָט אָנגעפֿירט מיט דער לאַבאָראַטאָריע. קאַמלער האָט אויך אָנגעפֿירט מיטן דערפֿאָלגרײַכן פּראָיעקט פֿון די ערשטע לאַנג־דערגרייכנדיקע באַליסטישע ראַקעטן „פֿאַו־2‟.
עס קאָן זײַן, אַז די טונעלן האָבן געפֿירט פֿון דער אַטאָם־לאַבאָראַטאָריע צום קאָנצענטראַציע־לאַגער און צו דער דערמאָנטער עראָפּלאַן־פֿאַבריק, וואָס האָט זיך געפֿונען, אין אַ גרויסער מאָס, אויך אונטער דער ערד. די אויסגראָבער האָבן נאָרוואָס אָנגעהויבן פֿאָרשן די סודות פֿון דער ריזיקער סיסטעם. ס׳זעט אויס, אַז די לאַבאָראַטאָריע אין סאַנקט־געאָרגען איז פֿאַרבונדן מיטן גרויסן סקלאַד פֿון נוקלעאַרע אָפּפֿאַל־מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט אַנטדעקט אינעם יאָר 2011 לעבן האַנאָווער, דײַטשלאַנד, 600 מעטער אונטער דער ערד אין אַ פֿאַרוואָרפֿענער זאַלץ־שאַכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.