נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין געוויסע קרײַזן רופֿט מען צו בויקאָטירן ישׂראל, ווערן די ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַלץ מער פּאָפּולער אין דער וועלט — אַפֿילו אין די מוסולמענישע לענדער, וווּ האַנדל־באַציִונגען מיט ישׂראל זענען פֿאַרבאָטן על־פּי געזעץ.
נאָכן דערפֿאָלג פֿון אַזעלכע פּראָגראַמען, ווי דער אַמעריקאַנער סעריאַל („היימלאַנד‟), געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־דראַמע „חטופֿים‟ („פֿאַרכאַפּטע‟), ווערן די טעלעוויזיע־סעריאַלן אַלץ ברייטער עקספּאָרטירט פֿון ישׂראל קיין אַרגענטינע, אינדאָנעזיע און אַנדערע לענדער. די האָליוווּדער מאַגנאַטן האָבן דערזען אין דעם אַ קאָמערציעלן פּאָטענציאַל, און האָבן לעצטנס אָנגעהויבן דינגען די ישׂראלים צו שאַפֿן אַמעריקאַנער ווערסיעס פֿון זייערע פּראָגראַמען. ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס, ווערט די ישׂראלדיקע פֿאַרווײַל־אינדוסטריע מער אַנטוויליקט און פֿאַרשיידנאַרטיק.
אָדם בערקאָוויץ, דער מיטפֿאַרוואַלטער פֿונעם טעלעוויזע־אָפּטייל בײַ דער לאָס־אַנדזשעלעסער גרויסער אַגענטור CAA, וואָס זוכט טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן און ספּאָרטלער, האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז אין האָליוווּד האָבן די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען געוווּנען די רעפּוטאַציע פֿון דער „געראָטנסטער אויסלענדישער סחורה‟. די אַמעריקאַנער ווענדן זייער אויפֿמערק צו יעדן חידוש, וואָס קומט פֿאָר אין ישׂראל.
אין אַמעריקע, האָבן די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען באַזונדערס אויסגענומען נאָכן דערמאָנטן סעריאַל „היימלאַנד‟ און דעם פֿריִערדיקן סעריאַל „טעראַפּיע‟ (In Treatment), אַן אַמעריקאַנער ווערסיע פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָגראַם „בטיפּול‟. אויפֿן מיטל־מיזרח קומט אָבער פֿאָר אַ מער קאָמפּליצירטער פּראָצעס.
ווי אַ בײַשפּיל, קאָן מען דערמאָנען דעם סעריאַל „לאַלאָלאַ‟ פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער קינאָ־פֿירמע „דורי־מעדיאַ‟, געגרינדעט דורכן אַרגענטינער־ישׂראלדיקן געשעפֿטסמאַן יאיר דורי (דאָרי). לכתּחילה, איז „לאַלאָלאַ‟ — אַ מעשׂה וועגן אַ דירעקטאָר פֿון אַ מעדיאַ־פֿירמע, וועלכער איז אַרומגערינגלט מיט אַ סך ליבע־דורשטיקע פֿרויען און ווערט פּלוצעם אַליין פֿאַרוואַנדלט אין אַ שוואַכער פֿרוי דורך אַ שפּרוך פֿון אַ מכשפֿה — אַרויס אינעם יאָר 2009 אויף דער אַרגענטינער טעלעוויזיע מיט העברעיִשע אונטערקעפּלעך. מיט אַ יאָר שפּעטער, איז דער דאָזיקער סעריאַל אַרויס מיטן אַראַבישן שטים־דובלאַזש דורך אַ דובײַער פֿירמע, און זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער אַראַבישער וועלט.
גדעון רף (ראַף), דער שאַפֿער פֿון „חטופֿים‟, וועלכער האָט במשך פֿון דרײַ יאָר געדינט ווי אַ פּאַראַשוטיסט אין צה״ל, האָט פֿילמירט זײַן נײַסטן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָיעקט, מיטן נאָמען „טיראַן‟ (Tyrant), אין מאַראָקאָ. דאָס דערמעגלעכט אים צו דערקלערן דעם אַמעריקאַנער עולם זײַן פּערזענלעכן קוקווינקל וועגן מיטל־מיזרח.
אַ וועריע פֿונעם טעלעוויזיע־קאַנאַל BabyTV פֿאַר קינדער און עלטערן גייט אַרויס בשותּפֿות מיט דוריס פֿירמע אין אינדאָנעזיע — דאָס לאַנד מיט דער גרעסטער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג אין דער וועלט. ווי אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון זײַן שטײַגנדיקן דערפֿאָלג, איז כּדאי צו דערמאָנען דעם קאָנטראַקט צווישן דוריס פֿירמע און דער גרויסער האָליוווּדער טעלעוויזיע־קאָמפּאַניע Sony Pictures Television, געשלאָסן דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער, נישט געקוקט אויף דער כוואַליע פּראָטעסטן נאָך דער מלחמה אין עזה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.