דעם 14טן דעצעמבער איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 90 יאָר בעס מאירסאָן — די איינציקע ייִדישע פֿרוי, וואָס איז באַקרוינט געוואָרן ווי „מיס אַמעריקע‟. געשען איז דאָס אין סעפּטעמבער 1945, ווען זי איז געווען אַ 21־יאָריק מיידל. ערשט איצט האָט זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע וועגן איר טויט.
נאָך איר נצחון אויפֿן שיינקייט־קאָנקורס אין דער גורלדיקער תּקופֿה, עטלעכע חדשים נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מאירסאָן זיך פֿאַרנומען מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכער און פּאָליטישער קאַריערע. זי האָט אָנגעפֿירט מיט צוויי אָפּטיילן פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע — פֿאַר קולטור־ און געברויך־ענינים. דערנאָך איז זי געוואָרן די וואָרטזאָגערין און הויפּט־שליחטע פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟. מאירסאָן האָט געדינט אין פֿאַרשיידענע רעגירונג־אינסטאַנצן אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַ צאָל פּרעזידענטן: לינדאָן דזשאָנסאַן, דזשעראָלד פֿאָרד און דזשימי קאַרטער.
שפּעטער, סוף 1980ער יאָרן, האָט איר ראָמאַנס מיטן רײַכן חתונה־געהאַטן מאַן, קאַרל קאַפּאַסאָ, אַרויסגערופֿן אַ סעריע סקאַנדאַלן, צוליב וועלכע זי האָט קונה־שם געווען דאָס צונעמעניש „בעס מעס‟ („בעס־באַלאַגאַן‟). אין 1989, איז אויסגעבראָכן אַן אַנדער סקאַנדאַל; מע האָט חושד געווען, אַז זי האָט געגעבן כאַבאַר אַ ניו־יאָרקער ריכטער; דאָס געריכט האָט באַשלאָסן זי נישט צו מישפּטן. אינעם זעלבן פּעריאָד האָט מען זי אויך אַרעסטירט פֿאַרן גנבֿענען פֿון אַ קראָם. אין די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן, נאָכן כאַבאַר־מישפּט, האָט מאירסאָן אויסגעמיטן דעם פּירסום און איז אַוועק פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט.
אין דער ייִדישער וועלט איז זי אָבער באַקאַנט ווי אַ פֿרוי, וואָס האָט ליב געהאַט ייִדיש און קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן אירע רוסיש־ייִדישע שרשים. מאירסאָן איז געבוירן געוואָרן אין דער בראָנקס, אינעם יאָר 1924, בײַ אַ משפּחה פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, און דערצויגן געוואָרן אין די „שלום־עליכם־הײַזער‟. מאַשע לעאָן דערמאָנט אין איר אַנומלטיקן אַרטיקל אינעם Forward, אַז ווען זי איז אַהיים געקומען פֿון דער ייִדישער „אַרבעטער־רינג־שול‟ אין שיקאַגע, וווּ זי האָט זיך געלערנט אין די 1940ער יאָרן, האָט איר מאַמע זי באַגריסט מיט די ווערטער: „מאַשעלע, מיר האָבן אַ ייִדישע מיס אַמעריקע!‟.
צום ערשטן מאָל האָט לעאָן זיך פּערזענלעך באַקענט מיט דער קאָנקורס־געווינערין אין ניו־יאָרק, אינעם יאָר 1990, ווען מע האָט געפּראַוועט אַ שׂימחה לכּבֿוד דעם 80סטן געבוירן־טאָג פֿונעם קאָמעדיאַנט דזשוי אַדאַמס. ווען מאירסאָן האָט אָנגעהויבן רעדן, איז זי אַריבער אויף ייִדיש און געזאָגט: „הײַנט איז אַ שׂימחה!‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.