ס’איז אינטערעסאַנט צו זען אַ מוזיקאַלישע פּיעסע אַ צווייט מאָל; קאָן מען זיך בעסער צוהערן צו די טעקסטן פֿון די ווערטער, צו דער מוזיק, און צו די רעקאָרדירטע רייד פֿון גאָר באַרימטע האָליוווּדער פֿילם־ און טעלעוויזיע־שטערן, אַרײַנגערעכנט די אָנגעזעענסטע קאָמפּאָזיטאָרן, איינע פֿון די פּרעסטיזשפֿולע ייִדישער ריכטערין פֿון העכסטן געריכט, מיט איין וואָרט, וווּ האַלטן די אַלע באַרימטע ייִדן מיט זייער ייִדישקייט, באַשריבן אין אַבֿיגילס בוך „דהע סטאַרס אָוו דייוויד.‟
קודם זענען די מחברים פֿון דער מוזיקאַלישער רײַזע, „סטאַרס אָוו דייוויד‟, אַבֿיגיל פּאָגרעבין און גאָרדאָן גרינבערג אַוועק אויף אַן עקספּעדיציע צו דערגיין, וווּ האַלטן די הײַנטיקע הויפּט־ראָליסטן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאַרווײַלונגס־אינסוסטריע לגבי זייער ייִדישקייט. זי האָט זיי גענומען אויפֿן צימבל, נעמלעך, וווּ שטעקט עס, אויב ס’געפֿינען זיך נאָך די שפּורן פֿון זייער ייִדישן אָפּשטאַם.
די פֿאַרפֿאַסער האָבן באַזירט זייער „מיוזיקל‟ אויף אַבֿיגילס בוך וואָס גיט איבער אירע שמועסן מיט דער חבֿרה „אייבערשטע פֿון שטײסל‟.
מיט אַבֿיגיל האָב איך באַוויזן צו כאַפּן זייער אַ קורצן שמועס נאָך דער פֿאָרשטעלונג, ממש על־רגל־אַחד, אַזוי, שטייענדיק בײַם אַרויסגאַנג פֿון איינעם פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע טעאַטערס אין פֿלאָרידע, דעם „בראַואַרד־צענטער פֿאַר טעאַטראַלער קונסט‟.
איך האָב איר צו וויסן געגעבן, אַז ווען מ‘האָט עס געשפּילט אין ניו־יאָרק מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך געשריבן אַ רעצענזיע אין ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, און איר געגעבן דעמאָלט אַ גאַנץ גינסטיקע רעצענזיע. זאָגט זי מיר, אַז זי ווייסט. פֿרעג איך זי, צי זי האָט די רעצענזיע געלייענט, און צי זי קען ייִדיש? זאָגט זי מיר אַז „יאָ!‟, אָבער איך בין געבליבן אין גרויס ספֿק. זי האָט מיר אויך איבערגעגעבן, אַז זי האָט די פּיעסע אָנגעשריבן מיט צען יאָר צוריק, נאָך דעם ווי זי האָט אָנגעזאַמלט דעם גינסטיקן מאָטעריאַל, וואָס האָט געסטײַעט אויף אַ בוך.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די באַרימטע „סטאַרס‟ האָבן זיך מערטנטס געביטן זייערע ייִדישע נעמען, עס זאָל נישט קלינגען צו „דזשויִש‟, נאָר נישט אַלע. צווישן זיי, די ריכטערין פֿון העכסטן געריכט אין אַמעריקע, מאַדאַם רות ביידער־גינזבורג, אָדער עדגאַר בראָנפֿאַן, אַנדי כּהן, מײַקל פֿײַנשטיין, דזשיל קאַרגמאַן צווישן אַנדערע האָבן נישט געביטן זייערע ייִדישע נעמען, זײַנען זיי פֿאָרט צוגעקומען צו גרויס רענאָמע.
אַזוי, זיצנדיק אין גרויסן זאַל, צוהערנדיק זיך דאָס מאָל אַ ביסל נעענטער צו דער מוזיק, האָב איך באַמערקט, אַז די מוזיק בײַט זיך נישט, אַלע לידער האָבן די זעלבע מעלאָדיע, דעם זעלבן קלאַנג, כאָטש געשריבן האָבן עס פֿאַרשיידענע קאָמפּאָזיטאָרן, צווישן זיי: „סטאַרס אָוו דייוויד‟ (אפֿשר מיינט עס די מגן־דודס), איך הייב נישט אָן צו וויסן, האָט געשריבן גאַבי אַלטער. דעם עפּיזאָד מיט לענאַרד נימוי האָט געשריבן דאַן מעסע, ווערטער פֿון נייטען טײַסען; און ווײַטער האָבן זיך באַטייליקט אינעם שרײַבן די מוזיק: דייוויד שירע, דזשאָון ריווערס, דזשענין טאַסאָרי… נעמען וואָס פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער קונסט; אָבער זייערע געשיכטעס, ווידעראַמאָל קלינגען ווי פֿון איין טעג געקנאָטן — אָן הומאָר, אָן עמאָציע, אָן אָנגעהעריקייט צו זייער פֿאָלק, פּאַרעווע.
אפֿשר האָט עס צו טאָן מיט דער דראַמאַטורגין אַליין, זי האָט עס איבערגעאַרבעט, אָבער פֿאַרגעסן אַרויסצוקריגן פֿון די געשיכטעס אַ ייִדישן תּמצית, חכמה און ייִדישן הומאָר.
די גאַנצע פּרעזענטאַציע איז מיר מיטאַמאָל אויסגעקומען פֿרעמד. „מגן־דוד‟ אַהין, „מגן־דוד‟ אַהער — דער מגן־דוד איז נישט מער ווי אַ קמיע, אַ ייִדישע קמיע, עס איז אָבער פֿאַרפֿאַלן געוואָרן דאָס, וואָס שטעקט אונטערן מגן־דוד. אין די געשיכטעס פֿון די באַרימטע האַליוווּדער שטערן, די אַזוי גערופֿענע „מגן־דודס‟, איז ערגעץ פֿאַרפֿאַלן געוואָרן זייערע סקאַרבאָווע ייִדישע זכרונות פֿון דער היים און פֿון טעמפּל. די צרה איז, וואָס מ’וויל דווקא אָנווענדן די באַרימטע נעמען אויף צו דערגרײכן „ס’טעלערל פֿון הימל‟; מיט די באַרימטע נעמען וויל מען פֿאַרקלינגען די וועלט, אָבער דער עולם איז אויך געבליבן פּאַרעווע, עפּעס האָט עס נישט געקלאַפּט דאָס מאָל.
די פֿיר אַקטיאָרן, צווישן זיי — אַבֿי (אַבֿרהם) האָפֿמאַן, מײַק וועסטריטש, קאַסי לעווין און פּעטי גאַרדנער, פֿאַרמאָגן גוטע שטימען צום זינגען און שפּילן. איז מיר געקומען אינעם קאָפּ דער געדאַנק, אַז די גאַנצע אויפֿפֿירונג קלינגט באַנאַל און זעלביק. זיי שפּילן אויס די רייד פֿון די דערהויבענע שטערן אין פּראָזע און ליד, און מיטאַמאָל כאַפּט מען זיך, אַז בײַ די שטערן איז אַפֿילו נישט פֿאַרבליבן קיין פּינטעלע ייִד. אַחוץ דעם האָט מיר געגרילצט אין אויער דער טעות אינעם ליד „לדור לדור‟! ווען אין דער אמתן דאַרף עס זײַן „מדור לדור‟. אָבער גיי שטעל זיך אײַן פֿאַר אַ גראַמאַטישן גרײַז, ווען דער גאַנצער סכום ייִדישקייט פֿעלט.
גריבלט מען זיך אין ייִדישן באַוווּסטזײַן, איינער זאָגט, אַז ער האָט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, אָבער זינט דעמאָלט איז זײַן ייִדישקייט אויסגערונען. אַ צווייטע דערציילט, אַז זי גייט אַמאָל אין אַ רעפֿאָרמירטן טעמפּל אין האַליוווּד, אָבער קיין ייִדישן אות קען זי נישט; ייִדישע יום־טובֿים זײַנען ווײַט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט; טראַדיציע, דערציִען אַ נײַעם דור ייִדן איז אַ שווערער ענין, און אַזוי זינגט מען און מ’טאַנצט אַ טראָפּן פֿון אַ פֿאַרלוירענער ייִדישער וועלט, וואָס איז זיי אַלעמען פֿרעמד, אָבער זיי פֿירן עס אויס מיט פֿרייד און געזאַנג.
די נײַע, אונטערוואַקסנדיקע דורות קען מען אָפּשטעמפּלען ווי „שלא ידעו את יוסף‟, אַ גאַנצע גוואַרדיע פֿון „שאינו יודעה לשאולס‟, און זיי פּראַווען שׂימחות מיט „טענצע און געזענגע‟, ווי עס פֿלעגט זאָגן מרדכי צאַנין אין זײַן ייִדישער צײַטונג אין ישׂראל „לעצטע נײַעס‟.
איז וווּ זשע האַלטן מיר? שמאָל! איך בין נישט זיכער, צי פֿרומקייט איז דער ענטפֿער; איך בין אין ספֿק, צי וועלטלעכקייט איז דער ענטפֿער; דער אמת איז, אַז אונדזער אַמעריקאַנער „קאָקאַ־קאָלאַ‟־קולטור שלינגט אײַן גאַנצע פֿעסער פּוסטקייט, און מיר ווייסן גאַנץ גוט, אַז אַ ליידיקע פֿאַס מאַכט אָן אַ גרויס גערודער. און די אַמעריקאַנער ליידיקע קולטור ליידיקט אויך אויס אַנדערע קולטורן, צי דאָס איז אין אייראָפּע, ישׂראל, אָדער דרום־קאָרעע. אַלע ווילן זײַן אַמעריקאַנער און קיינער וויל זיך נישט שלעפּן מיט דער שווערער לאַסט פֿון אַן אייגענער טראַדיציע, ווײַל זי האָט הײַנט, אַ פּנים, נישט קיין ווערט.
און מיט די ייִדן איז דאָס אייגענע. זינגט מען, שפּילט מען, מען כאָכאָטשעט פֿון אַ ייִדיש וואָרט; אַ קיצור, מ’האָט נישט דערשלעפּט אונדזער ייִדישן וואָגן קיין אַמעריקע, מ’וואָלט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן דערמיט סײַ־ווי־סײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.