מיט אַ חודש צוריק בין איך צוריקגעקומען פֿון כינע, וווּ איך בין געווען אַ גאַסט פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם נאַנזשינגער אוניווערסיטעט. אין כינע זענען דאָ צען אַקאַדעמישע צענטערס, געווידמעט ייִדישע לימודים, ווײַל די כינעזער זענען באמת פֿאַרכאַפּט מיט ייִדן. דער אינטערעס שטאַמט, צום טייל, צוליב דעם, וואָס זיי מיינען, אַז די ייִדן האָבן אַ ריזיקע פּאָליטישע השפּעה אין אַמעריקע, און שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער מערבֿדיקער קולטור און געשיכטע. די כינעזער האַלטן אויך, אַז די ייִדן, צוזאַמען מיט די כינעזער, זענען די צוויי גרעסטע אַלטצײַטישע ציוויליזאַציעס.
בעת מײַן 12־טאָגיקן באַזוך האָבן מײַנע גאַסטגעבער אין נאַנזשינג מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע פֿאָרשער און סטודענטן פֿון דרײַ אַקאַדעמישע צענטערס, געווידמעט די ייִדישע לימודים. איך האָב רעפֿערירט אויף פֿאַרשידענע טעמעס, ווי די באַציִונג צווישן מדנית־ישׂראל און דעם ייִדישן גלות, און דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. צווישן די, וואָס זענען געקומען מיך הערן, זענען געווען סטודענטן, וואָס זייער הויפּט־לימוד איז געווען ייִדישע שטודיעס, אַקאַדעמישע באַאַמטע, סטודענטן פֿון פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע פֿעלדן און סתּם כינעזער, וואָס האָבן געהאַט אַן אינטערעס אין דער טעמע.
וועגן וואָס זשע האָבן די כינעזער געוואָלט זיך לערנען? צום מערסטנס, האָבן זיי געלייגט אַכט אויף די פֿאָלגנדיקע פֿראַגעס: פֿאַר וואָס פֿילן די אַמעריקאַנער ייִדן, אַז ס׳איז וויכטיק, מע זאָל זיך באַטייליקן אין פּאָליטיק? פֿאַר וואָס האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן אַזאַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט ייִדן אין אויסלאַנד בכלל און מיט מדינת־ישׂראל בפֿרט? וואָס האָט באַטייט „ייִדישע פֿאָלקסשאַפֿט‟, און ווי אַזוי האָבן די ייִדן אָנגעהאַלטן פֿאַרבינדונגען איבער דער וועלט?
נאָך מײַנע רעדעס, ווען די סטודענטן האָבן געשטעלט פֿראַגעס, איז מיר אויסגעקומען ניט איין מאָל צו הערן אַז „די ייִדן אין אַמעריקע האָבן אַ גרויסע השפּעה אויף דער געזעלשאַפֿט‟. אַנשטאָט צו זען געלט און כּוח ווי אַ פּראָבלעם, האַלטן די כינעזער דווקא פֿון מענטשן מיט אַזעלכע פֿעיִקייטן און זעען אין דעם אַ סימן פֿון דערפֿאָלג.
עס איז געווען שווער מײַנע כינעזישע סטודענטן צו פֿאַרשטיין דעם באַגריף פֿון געמיינדזאַמע דעבאַטעס, און דער קאָנצעפּט פֿון זאָגן „ניין‟; די דאָזיקע באַגריפֿן זענען זיי אין גאַנצן פֿרעמד. זיי האָבן אויך בכלל ניט געקענט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס אַמעריקע האָט באַשאַפֿן אַ ספּעציעלע באַציִונג מיט מדינת־ישׂראל, ווען אָט די באַציִונג שטימט ניט תּמיד מיט אַמעריקעס אינערערסן אין דעם ראַיאָן.
אַז איך האָב מיט זיי גערעדט וועגן דער ראָלע, וואָס עס שפּילט די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה אין דער ברייטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, זענען זיי, אַ פּנים, געווען צעמישט פֿון אַזעלכע באַגריפֿן ווי אַ „געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע‟, „געבן געלט אויף צדקה‟ און די מינדערהייט־רעכט.
איך האָב זיך אויך באַקענט מיט אַ פּאָר סטודענטן, וואָס האָבן זיך שוין געהאַט געלערנט אַ זמן אין ישׂראל אָדער אַמעריקע. מדינת־ישׂראל האָט באַמערקט די וויכטיקייט פֿון כינע, וואָס איז שוין בײַ איר דער דריטער גרעסטער האַנדל־שותּף. מער ווי 100 ישׂראלדיקע געשעפֿטן אַרבעטן הײַנט אין כינע, און אַ פּאָר אוניווערסיטעטן האָבן שוין אָנגעשטעלט אין פֿאָרמעלע באַציִונגען מיט כינעזישע אוניווערסיטעטן.
ס׳איז קלאָר, אַז כינע וועט שפּילן וואָס מער אַ וויכטיקע ראָלע בײַ ייִדן, בפֿרט אַז די ראָלע פֿון כינע וואַקסט אין דער וועלט; דערפֿאַר שיקן די כינעזער אַרויס אַלץ מער סטודענטן זיך צו לערנען אין אויסלאַנד, און אַ סך פֿון זיי וועלן זיך באַקענען מיט ייִדן. פֿון דעם וועט מען שאַפֿן נאָענטע קולטורעלע און עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.