דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקער סאַקוואַן בערקאָוויטש איז געשטאָרבן דעם 9טן דעצעמבער, אין עלטער פֿון 81 יאָר. געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער מאָנטרעאַלער היים, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן נאָך סאַקאָ און וואַנצעטי, צוויי איטאַליענער־אַמעריקאַנער אַנאַרכיסטן, וואָס זענען עקזעקוטירט געוואָרן צוליב צווייפֿלהאַפֿטיקע אָנקלאָגעס. זײַן פֿאָטער, דער מאָלער אַלכּסנדר בערקאָוויטש, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פֿרוי, און דער זון איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַ ריי קעסט־היימען (Foster homes), ביז ער האָט פֿאַרענדיקט די מיטלשול. סאַקוואַן איז דערנאָך אַוועקגעפֿאָרן אין מדינת־ישׂראל, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ מילכיקער אינעם „קיבוץ נחשון‟.
בערקאָוויטש האָט געוואָלט זיך לערנען אין אַמעריקע, אָבער, צוליב דעם, וואָס „קיבוץ נחשון‟ איז געווען פֿאַרבונדן מיט „השומר הצעיר‟, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אים ניט אַרײַנגעלאָזט אין לאַנד. ער איז צוריקגעפֿאָרן אין מאָנטרעאַל, וווּ ער האָט געאַרבעט אין אַ סופּערמאַרק און זיך געלערנט בײַ נאַכט. ער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט פֿראַנץ קאַפֿקאַ, זײַן ערטשע „ליטעראַרישע ליבע‟, און דערנאָך האָט ער זיך פֿאַרנומען מיטן איבערזעצן שלום־עליכם, איציק מאַנגער און דעם מאָנטרעאַלן פּאָעט יעקבֿ זיפּער.
נאָך אַ פּאָר יאָר האָט מען אים, סוף־כּל־סוף, אַרײַנגעלאָזט אין אַמעריקע, און ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ און שפּעטער אין „האַרוואַרד‟, די אינסטיטוציע, מיט וועלכער ער איז געווען צום מערסטנס פּראָפֿעסיאָנעל פֿאַרבונדן. ער איז, דער־עיקר באַקאַנט געוואָרן צוליב זײַנע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן די פּוריטאַנער, וועלכע זענען, לויט זײַן מיינונג געווען אַ פֿריִערדיקער גילגול פֿון די מאַרקסיסטישע אוטאָפּישע דענקערס.
אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער געאַרבעט אויף אַ ריזיקן פּראָיעקט „דער אַשכּנזישער רענעסאַנס 1881—1941‟, אין וועלכן ער דערציילט, ווי אַזוי די אַשכּנזים האָבן אין יענע גורלדיקע יאָרן פֿון פּאָליטישע ענדערונגען און בלוטיקע מלחמות געשאַפֿן קולטורעלע אוצרות, וואָס זענען געווען אויפֿן ניוואָ פֿון די באַקאַנטסטע ציוויליזאַציעס אין דער מענטשלעכער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.