דעם 23טן פֿעברואַר פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט דער מאָסקװער פֿאַרלאַג „קאָרפּוס‟, װאָס האָט זיך קונה־שם געװען מיט דער הױכער קװאַליטעט פֿון זײַנע פּובליקאַציעס, מודיע געװען אַ נײַעם פּראָיעקט. דער ציל איז געװען צו מאַכן דאָס באַרימטע „שװאַרצע בוך‟ צוטריטלעך פֿאַרן ברײטן לײענערישן עולם. כּדי אױסצופּועלן דעם דאָזיקן פּלאַן און דרוקן גענוג עקזעמפּלאַרן פֿאַר אַ באַשײדענעם מקח, האָט זיך דער פֿאַרלאַג געװאָנדן נאָך שטיצע צו דער עפֿנטלעכקײט. אין משך פֿון קנאַפּע דרײַ חדשים האָט מען אָנגעזאַמלט בערך פֿערציק טױזנט דאָלאַר, װאָס זײַנען געװען נײטיק פֿאַר אַזאַ פּראָיעקט, און דאָס בוך איז אַרױס.
די געשיכטע פֿונעם „שװאַרצן בוך‟ איז גוט באַקאַנט. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט זיך אַ גרופּע ייִדישע און רוסישע היסטאָריקער און ליטעראַטן אָנגעהויבן זאַמלען און באַאַרבעטן די גבֿית־עדותן װעגן דעם ייִדישן חורבן אױף די שטחים פֿון דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. בראָש זײַנען געשטאַנען צװײ באַרימטע רוסיש־ייִדישע שרײַבער, איליאַ ערענבורג און װאַסילי גראָסמאַן, װעלכע זײַנען געװען צװישן די ערשטע, װאָס האָּבן דערצײלט דער װעלט װעגן דעם מאַסנמאָרד פֿון ייִדן אױף די אָקופּירטע טעריטאָריעס.
אין אונטערשיד צו דער גרופּע „עונג שבת‟, װאָס איר ציל איז געװען צו דאָקומענטירן אַלע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן און טױט אינעם װאַרשעװער געטאָ, האָט דאָס „שװאַרצע בוך‟ דערצײלט, דער עיקר, װעגן די מאָרד־אַקציעס. די װערטער פֿון די עדות זײַנען געדרוקט געװאָרן ניט בוכשטעבלעך, נאָר ליטעראַריש באַאַרבעט דורך פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער און זשורנאַליסטן. מען האָט זײ גרופּירט לױטן געאָגראַפֿישן פּרינציפּ, כּדי צו װײַזן ווי גרויס איז דער פֿאַרנעם פֿון די דײַטשישע פֿאַרברעכנס.
נאַטירלעך, האָט מען געמוזט זיך צופּאַסן צו די אידעאָלאָגישע פֿאָדערונגען פֿון דער סאָװעטישער מאַכט, און, קודם־כּל, באַטאָנען דעם פּאַטריאָטיזם פֿון אַלע סאָװעטישע מענטשן, און פֿאַרמינערן די מאָס פֿון דער באַטײליקונג פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג אין די דײַטשישע אַקציעס. חוץ דעם האָט מען ניט געדאַרפֿט רעדן צו פֿיל װעגן די פֿאַרברעכנס פֿון דער רומענישער אַרמײ אין טראַנסניסטריע און בעסאַראַביע, װײַל צו יענער צײַט איז רומעניע שױן אַריבער פֿונעם דײַטשישן צד צו דעם צד־שכּנגד און געװאָרן אַ פֿרײַנד פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
אָבער אָט די אַלע פּשרות האָבן ניט געהאָלפֿן. סטאַלינס פּאָליטיק לגבי ייִדן האָט זיך געביטן אין 1947, און דאָס „שװאַרצע בוך‟ איז ניט אַרױס. מיט יאָרן שפּעטער האָט מען רעקאָנסטרויִרט דעם טעקסט און אַרױסגעגעבן דאָס בוך אױף רוסיש אין ישׂראל, אוקראַיִנע און ליטע, אָבער ניט אין רוסלאַנד. די אויפֿגאַבע פֿון דער איצטיקער אױסגאַבע איז צו ברענגען דעם אמת צום ברײטערן רוסישן עולם. די שעף–רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאַרלאַג „קאָרפּוס‟, װאַרװאַראַ גאָרנאָסטאַיעװאַ, דערקלערט: „איך בין איבערצײַגט, אַז אױב דאָס בוך װאָלט געװען נאָך אײן אױסגאַבע אין דער סעריע ’ביבליאָטעק פֿונעם האָלאָקאָסט‘, װאָלט עס ניט דערגרײכט אַ ברײטע לײענערשאַפֿט, און דאָס איז ניט גוט; אָבער אױב דאָס ’שװאַרצע בוך‘ װעט זײַן אַ פּראָיעקט פֿון ’קאָרפּוס‘, װאָס לאָזט אַרױס ביכער אױף כּלערלײ טעמעס, דעמאָלט וועט די דאָזיקע פּובליקאַציע װערן ממש אַן אַלגעמײנע, קולטורלערע, עפֿנטלעכע און היסטאָרישע דערשײַנונג‟.
אין די אױגן פֿון דער פֿאַרלעגערין איז די דאָזיקע פּובליקאַציע זײערע אַקטועל פֿאַרן הײַנטיקן מאָמענט: „הײַנט איז די מדרגה פֿון אַגרעסיע אין אונדזער געזעלשאַפֿט געװאָרן זײער הױך, און אַ גרױסע ראָלע שפּילט דערבײַ די מלוכה‟. דאָס „שװאַרצע בוך‟ דאַרף דערמאָנען, װאָס עס קאָן פּאַסירן, װען „די שׂינאה גיסט זיך איבערן ראַנד, און אײן פֿאָלק הײבט אָן האַסן דאָס אַנדערע פֿאָלק, לױטן באַפֿעל פֿון דער מלוכה‟. מיט די ווערטער האָט גאָרנאָסטאַיעװאַ באַזונדערס אין זינען די װילדע אַנטי–אוקראַיִנישע פּראָפּאַגאַנדע אין די רוסישע מאַסן־מעדיאַ. װי עס האָט אַ זאָג געטאָן דער קינאָ–רעזשיסאָר אָלעג דאָרמאַן: „הײַנט בין איך אַ ייִד, און מאָרגן ביסטו אַ ייִד‟.
װי אַ באַגלײטונג צו דעם „שװאַרצן בוך‟, האָט דער פֿאַרלאַג אַרױסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען ניט אַרײַן אינעם אָריגינעלן באַנד. די דאָזיקע דערצײלונגען האָבן זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אין די אידעאָלאָגישע פֿאָדערונגען פֿון דער סאָװעטישער צענזור, דער עיקר, װײַל זײ האָבן מודיע געװען װעגן דער אַקטיװער באַטײלונג פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג אין דעם מאַסנמאָרד פֿון ייִדן. אַ סך מענטשן האָבן פֿרײַװיליק אַרױסגעגעבן די ייִדן און יענע ניט־ייִדן, װאָס האָבן זײ געהאָלפֿן אויסבאַהאַלטן. אין אונטערשיד צו דעם „שװאַרצן בוך‟ זײַנען די דאָזיקע מאַטעריאַלן ניט רעדאַגירט געוואָרן דורך די פּראָפֿעסיאָנעלע רעדאַקטאָרן, און האָבן אָפּגעהיט דעם אָריגינעלן און לעבעדיקן סטיל.
װי װײַט האָבן די אַרױסגעבער דערגרײכט זײער ציל צו פֿאַרשפּרײטן „דאָס שװאַרצע בוך‟? װען איך האָב געוואָלט קויפֿן נאָך אַן עקזעמפּלאַר אין דער בעסטער (און ביליקסטער) מאָסקװער ביכערקראָם, האָט מען מיר געזאָגט, אַז דער גאַנצער טיראַזש איז שױן אױספֿאַרקױפֿט, און מען קאָן דאָס בוך אין ערגעץ ניט קריגן. צום מזל, האָב איך געפֿונען אַן עקזעמפּלאַר אין אַן אַנדער קראָם. עס שטײט געשריבן, אַז אין גאַנצן האָט מעּן געדרוקט קנאַפּע דרײַ טױזנט קאָפּיעס. איז דאָס די גאַנצע פּאָטענציעלע לײענערשאַפֿט, װאָס דער פֿאַרלאַג האָט אין זינען געהאַט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.