אַ טייל פֿראַנצויזישע ייִדן, וואָס וווינען איצט אין ישׂראל, טענהן, אַז די גרויסע אַנומלטיקע דעמאָנסטראַציע פֿון בירגערלעכער סאָלידאַריטעט, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 11טן יאַנואַר נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז, האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן געמישטע געפֿילן. זיי מיינען, אַז אויב די איינציקע קרבנות פֿון די אָנפֿאַלן וואָלט געווען ייִדן, וואָלטן אַזויפֿיל מענטשן נישט אַרויסגעגאַנגען אויף דער גאַס צו פּראָטעסטירן.
חנה חרבון (אַרבון), אַ 24־יאָריקע פּאַריזער אײַנוווינערין פֿון ישׂראל, האָט אָנגעשריבן דעם Forward אַ בליצפּאָסט מיט דער טענה, אַז אויב די טעראָריסטן וואָלטן נישט אַטאַקירט דעם זשורנאַל „שאַרלי העבדאָ‟ פֿאַרן אָנפֿאַל אויף דער ייִדישער שפּײַז־קראָם „היפּער־כּשר‟, וואָלטן די פֿראַנצויזן זיך נישט אָפּגערופֿן מיט אַזאַ ריזיקן מאַרש. לויט איר מיינונג, פֿאַרשטייט בלויז „אַ פּיצל־קליינע מינאָריטעט‟ פֿון דער פֿראַנצויזישער באַפֿעלקערונג אין פֿראַנקרײַך די סכּנה, וואָס דראָט די אָרטיקע ייִדן.
לכתּחילה, איז חרבון אַוועקגעפֿאָרן אויף אַ ווײַל קיין ישׂראל, כּדי זיך אָנצושליסן אין אַ מלוכיש־סובסידירטער סטודענטישער פּראָגראַם. איצט פּלאַנירט זי אָבער צו באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. אירע טאַטע־מאַמע קלײַבן זיך אויך אַוועקצופֿאָרן פֿון פֿראַנקרײַך קיין ישׂראל, וווּ עס וווינען שוין זייערע עלטערן און עטלעכע אַנדערע קרובֿים. דאָס מיידל האָט צוגעגעבן, אַז ווען די טעראָריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט און דערהרגעט דרײַ ישיבֿה־בחורים דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָבן די פֿראַנצויזישע נײַעס־קאַנאַלן כּמעט אינגאַנצן איגנאָרירט דאָס דאָזיקע געשעעניש.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע מיט זײַן אויפֿטריט אין פּאַריז, מיטן זײַן רוף צו די פֿראַנצויזישע ייִדן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. דער פֿאָרזיצער פֿונעם „סוכנות‟, נתן שטשאַראַנסקי, האָט באַמערקט, אַז לויט נתניהוס ווערטער באַקומט זיך, אַז אַנטיסעמיטיזם איז אַ מין שותּף, וואָס העלפֿט דער ישׂראלדיקער רעגירונג איבערצוצײַגן מער ייִדן עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דערצו, האָט שטשאַראַנסקי צוגעגעבן, אַז מיט זײַן „נאַרישער‟ רעדע האָט דער פּרעמיער אויך באַליידיקט די פֿראַנצויזן.
אַזוי צי אַזוי, האָבן אַ סך פֿראַנצויזישע ייִדן לעצטנס טאַקע געפֿאָלגט נתניהוס עצה, איידער ער האָט זי אויסגעדריקט בעת דעם איצטיקן אויפֿטריט אין פּאַריז, און זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. אינעם יאָר 2014 האָבן די פֿראַנצויזישע 7,000 עולים באַטראָפֿן מער ווי איין פּראָצענט פֿון דער האַלב־מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון פֿראַנקרײַך. בסך־הכּל, וווינען אין ישׂראל 95,000 אימיגראַנטן פֿון פֿראַנקרײַך. בערך אַ דריטל פֿון זיי זענען גאַנצע משפּחות, נאָך אַ דריטל — פּענסיאָנערן, און דאָס רעשט — יונגע־לײַט, וועלכע האָבן נאָר־וואָס פֿאַרענדיקט די מיטלשול אָדער אוניווערסיטעט. על־פּי־רובֿ, זענען זיי פֿרום און שטאַמען פֿון צפֿון־אַפֿריקאַנער טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע משפּחות.
נישט געקוקט אויף חרבונס ביטערע באַמערקונגען, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די פֿריִערדיקע בלוטיקע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן אין פֿראַנקרײַך מצד די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע מיליטאַנטן האָבן יאָ אויסגערופֿן ברייטע אָפּרופֿן צווישן די פֿראַנצויזן, אַרײַנגערעכנט די אָרטיקע ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע פֿירער. אין די לעצטע יאָרן, האָט זיך אין ישׂראל באַוויזן אַ נײַע כוואַליע יונגע וועלטלעכע פֿראַנצויזישע עולים אין זייערע צוואָנציקער און דרײַסיקער, וועלכע זענען אַוועקגעפֿאָרן, אין אַ גרויסער מאָס, צוליב עקאָנאָמישע סיבות. געוויינטלעך, באַזעצן זיי זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אַ סך אַנדערע וווינען אין נתניה. הײַנט האָבן זיך אין ישׂראל געשאַפֿן גאַנצע סבֿיבֿות, וווּ מע קאָן גרינג געפֿינען פֿראַנצויזישע מאכלים און דער עולם רעדט אויף פֿראַנצויזיש.
שׂרה סילווערבערג, אַ 33־יאָריקע געשעפֿט־קאָאָרדינאַטאָרין, וועלכע איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּאַריז קיין ישׂראל אינעם יאָר 1996, צוזאַמען מיט איר משפּחה, האַלט אויך, אַז ייִדן זאָלן פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. זי האָט אָבער באַמערקט, זיי זאָלן באַטראַכטן אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.