אַ נײַע אויסשטעלונג בײַם „מערילאַנדער ייִדישן מוזיי‟ הייבט אַרויס די איבערלעבונגען פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינעם 19טן יאָרהונדערט דורך דער פּריזמע פֿון איין מענטש, וואָס האָט אויסגעלעבט אַ וועלט. קאָלאָנעל מענדעס כּהן איז זייער אַ פּאַסיקער אויסקלײַב פֿאַר אַזאַ אויסשטעלונג. ער איז געבוירן געוואָרן אין ריטשמאָנד, ווירדזשיניע אין 1796 בײַ אַ דײַטשישן פֿאָטער און אַן ענגלישער מוטער און האָט זיך באַזעצט אין באַלטימאָר צו 12 יאָר אַלט. אין יענער צײַט איז באַלטימאָר געווען די דריט־גרעסטע שטאָט אין אַמעריקע אָבער ניט געקוקט אויף דעם, האָבן בלויז 150 ייִדן דעמאָלט געוווינט אין דער שטאָט און ס׳זענען דאָרטן בכלל ניט געווען קיין ייִדישע אינסטיטוציעס.
די אויסשטעלונג, The A-Mazing Mendes Cohen, איז אַראַנזשירט ווי אַ לאַבירינט אַרײַנגעפֿלאָכטן מיט היסטאָרישע פֿאַקטן, צעטיילט אויף צוויי. אינעם ערשטן טייל זעט מען די הויפּט־געשעענישן פֿונעם 19סטן יאָרהונדערט און ווי אַזוי די היסטאָרישע פּאַרסירונגען שטימען מיט די ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון כּהנס לעבן. מע זעט, למשל, די גרעסטע אויסלענדישע געשעענישן פֿון דער תּקופֿה (וואַטערלו, די קרימער מלחמה), טעכנאָלאָגישע דערגרייכונגען (דאָס הויז, אין וועלכן, די משפּחה כּהן האָט געוווינט איז געווען דאָס ערשטע אין באַלטימאָר וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ גאַז־לאָמפּ), פּאָליטישע באַוועגונגען (פֿון די אייראָפּעיִשע רעוואָלוציעס אין 1848 ביזן אויפֿקום פֿון דער אַנטי־אימיגראַטישער Know-Nothing־באַוועגונג) און אַוודאַי די וויכטיקסטע געשעענישן פֿאַר ייִדן (בנימין ד׳יסרייליס קאַדענץ ווי דער פּרעמיער־מיניסטער אינעם פֿאַראייניקטן קיניגרײַך; דאָס דערשײַנען פֿון קאַרל מאַרקס׳ „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟, און אין 1845 — דאָס אָנקומען פֿונעם ערשטן רבֿ אין באַלטימאָר און דער ערשטער דערוויילטער ייִדישער סענאַטאָר אין אַמעריקע).
אויב די היסטאָרישע ברייטקייט פֿונעם ערשטן טייל פֿון דער אויסשטעלונג איז אפֿשר אַ ביסל צו פֿיל, ווערן די סיבות דערפֿאַר קלאָר ווען מע טוט אַ קוק אויפֿן צווייטן טייל, וואָס דערציילט וועגן כּהנס לעבן. ווי עס גיט עדות די לאָזונג פֿון דער אוישטעלונג „מענדעס איז דאָרט געווען‟, איז דער העלד פֿון דער אויסשטעלונג טאַקע געווען אַן עדות צו אַ גרויסער צאָל היסטאָרישע דערשײַנונגען.
ער איז געווען איינער פֿון אַ פּאָר ייִדישע סאָלדאַטן אינעם שלאַכט פֿון באַלטימאָר אין 1814. בעת פֿראַנסיס סקאָט קי האָט געשריבן דעם אַמעריקאַנער הימען אויף אַ שיף אינעם אַנדערן זײַט האַוון, האָט כּהן פֿאַרטיידיקט פֿאָרט מאַק׳הענרי קעגן דער בריטישער אַרמיי. מענדעס כּהן און זײַנע ברידער האָבן פֿאַרקויפֿט לאָטעריע־בילעטן און צוליב זייער קאָנטראָווערסיעלן פֿאַך האָבן זיי געקעמפֿט פֿאַרן רעכט צו פֿאַרקויפֿן אַזעלכע בילעטן אַזש ביזן העכסטן געריכט. אין 1821 האָבן זיי פֿאַרלוירן אַ וויכטיקן פּראָצעס בײַם העכסטן געריכט, „די כּהנס קעגן ווירזשיניע‟, וואָס האָט באַשטעטיקט, אַז די פֿעדעראַלע רעגירונג האָט די רעכט איבערצוקוקן און אָפּצושאַפֿן די באַשלוסן פֿון שטאַטישע געריכטן.
די אויסשטעלונג באַנוצט זיך אויך מיט כּהנס לעבנס־געשיכטע, כּדי צו דערציילן וועגן דעם קאַמף צו באַשטעטיקן דעם אַזוי־גערופֿענעם Jew Bill, וואָס האָט פֿאַרווערט נישט־קריסטן צו דינען אין אַ פּאָליטישן אַמט אין מערילאַנד. אין 1826, נאָך אַ 30־יאָריקער וויכּוח, האָט מערילאַנד סוף־כּל־סוף באַשטעטיקט דעם „אַקט אויסצולייזן די מערילאַנדער ייִדן‟. אין 1827 איז איינער פֿון כּהנס ברידער דערוויילט געוואָרן צום באַלטימאָרער שטאָט־ראָט.
אין 1829 האָט כּהן פּענסיאָנירט פֿון דער לאָטעריע־געשעפֿט צו 33 יאָר און האָט זיך געלאָזט אין וועג קיין אייראָפּע און דעם מיטעלן־מיזרח. בעת זײַן רײַזע אין לאָנדאָן האָט ער געזען די קריינונג פֿונעם נײַעם בריטישן מלך וויליאַם דער פֿערטער אין יוני 1830, און די לוויה פֿונעם געוועזענעם קיניג דזשאָרדזש דעם פֿערטן אין אויגוסט. ער איז אָנגעקומען אין פֿראַנקרײַך גלײַך נאָכן סוף פֿון די דאָרטיקע סטודענטן־פּראָטעסטן און איז געגאַנגען אויף דער קריינונג פֿונעם מלך לויִ פֿיליפּ אין סעפּטעמבער. דאָס קומענדיקע יאָר האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן פּויפּסט גרעגאָרי אין רוים און האָט דערנאָך באַזוכט ארץ־ישׂראל אויף עטלעכע חדשים.
נאָך אַ לאַנגער רײַזע איבער עגיפּטן, בעת וועלכער ער איז געפֿאָרן אויפֿן טײַך ניל און געזאַמלט אַלטצײַטישע חפֿצים, איז ער צוריקגעפֿאָרן אין באַלטימאָר. מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז ער ווידער געפֿאָרן קיין ענגלאַנד, כּדי צו רעפּרעזענטירן מערילאַנד אויף דער קריינונג פֿון דער מלכּה וויקטאָריאַ. די אויסשטעלונג דערמאָנט די יונגע באַזוכער, וואָס פֿאַר אַ שווערע רײַזע דאָס איז דעמאָלט געווען.
ניט געקוקט אויף די אויסצוגן פֿון זײַנע בריוו, גיט די אויסשטעלונג ניט קיין געהעריקן פּאָרטרעט פֿון כּהנס פּערזענלעכקייט, און דער שרעקלעכער אַקטיאָר וואָס רעדט אין אַ פֿילם בײַם אָנהייב פֿון דער אויסשטעלונג העלפֿט אויך ניט. מיר דערוויסן זיך, אַז ער איז געווען אַ „שטענדיקער אַלטער בחור‟, וואָס האָט געוווינט מיט זײַנע ברידער און מיט דער מאַמען ביז אַ טיפֿן עלטער. אשפֿר, ספּעקולירן די אויפֿשריפֿטן, זענען ניט געווען גענוג ייִדישע מיידלעך? זײַן לעבן איז שפּעטער געוואָרן אַ ביסל ווייניקער אינטערעסאַנט: ער האָט געאַרבעט ווי אַ געהילף צו פֿאַרשידענע פּאָליטיקער, געדינט אויף די פֿאַרוואַלטונגען פֿון פֿאַרשידענע פֿירמעס און צדקה־אָרגאַניזאַציעס און סתּם דערציילט פֿרעמדע לײַט וועגן דעם שלאַכט פֿון באַלטימאָר. ער איז געשטאָרבן אין 1879 צו 84 יאָר.
פֿאַרגעסט וועגן דעם נאַציאָנאַלן אַקוואַריום: בעסער צו פֿאָרן אויפֿן ייִדישן מוזיי, כּדי צו זען די אויסשטעלונג וועגן כּהנען, ווי אויך דעם מוזייס שטענדיקע אויסשטעלונג וועגן „לאָמבאַרד‟־גאַס און די ענדערונגען, וואָס די ייִדישע געגנט האָט אַדורכגעמאַכט. נאָך בעסער: באַזוכט די דריט־עלסטע שיל אין אַמעריקע, וואָס פֿאַרמאָגט די עלטסטע מיקווה אין לאַנד, גלײַך לעבן דעם מוזיי. מע קען בײַ זיי לערנען אַ סך וועגן דער געשיכטע פֿון אַ שטאָט, אין וועלכער די ייִדן האָבן לאַנג געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.