הרבֿ גאַרי מאָסקאָוויץ האָט כּמעט אַ צענדליק יאָר געאַרבעט אין ניו־יאָרק ווי אַ פּאָליציאַנט, פּאַטרולירנדיק טײַמס־סקווער און כאַפּנדיק די נאַרקאָטיק־הענדלער, פֿאַרשטעלט ווי אַ ציווילער מענטש. פֿונדעסטוועגן, האָט ער באַמערקט, אַז אַ סך מענטשן קאָנען זיך נישט פֿאָרשטעלן, אַז אַ ייִד זאָל אַרבעטן ווי אַ פּאָליציאַנט.
איין מאָל, ווען מאָסקאָוויץ האָט געכאַפּט אַ רויבער אויף די גאַסן פֿון מאַנהעטן, האָט אַ פֿאַרבײַגייער זיך שטאַרק פֿאַרחידושט, דערזעענדיק אַ פֿרומען ייִד מיט אַ יאַרמלקע, וואָס טוט אָן האַנטקייטלעך אויף אַ גנבֿ. „גאָט מײַנער, ביסטו טאַקע אַ ייִד?‟.
אַ צאָל ייִדישע גרופּעס האָבן לעצטנס זיך באַטייליקט אין די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער דעמאָנסטראַציעס קעגן די ברוטאַלע אַקציעס און ראַסיזם פֿון דער פּאָליציי. אין דער זעלבער צײַט, דינען אָבער טויזנטער ייִדן אין ניו־יאָרק ווי פּאָליציאַנטן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ביידע מינים ייִדן מיינען, אַז זייערע אַקציעס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישקייט. די דעמאָנסטראַנטן גלייבן, אַז לויט דער ייִדישער טראַדיציע מוזן זיי פֿאַרטיידיקט די שוואַרצע יונגע לײַט פֿונעם טויט מצד די אַכזריותדיקע מאַכט־כּוחות; אין דער זעלבער צײַט, באַטאָנען די פּאָליציאַנטן, אַז זיי פֿירן אויס אַ מאָראַלישע מיסיע, וואָס שטימט מיט די ייִדישע ווערטן.
איין פּאָליציאַנט, וועלכער האָט נישט געקאָנט אויסזאָגן זײַן נאָמען, ווײַל בעת דעם דינסט טאָר ער נישט געבן קיין אינטערוויו אָן אַ ספּעציעלער דערלויבעניש, האָט דערציילט, אַז, זײַענדיק אַ ייִד, פֿאַרשטייט ער די היסטאָרישע סיבות פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג פֿאַר די בירגערלעכע רעכט אין אַמעריקע, קעגן דעם סאָציאַלן אומיושר. פֿונדעסטוועגן, איז ער נישט מסכּים, אַז ראַסיזם איז פֿאַרשפּרייט אין די פּאָליציי־כּוחות. ער האָט צוגעגעבן, אַז ווען ער מוז עמעצן אַרעסטירן, טראַכט ער נישט וועגן דעם הויט־קאָליר פֿונעם אַרעסטאַנט.
דער הויפּט־רבֿ פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי, אַלווין קאַס, האָט איבערגעגעבן, אַז בסך־הכּל באַטרעפֿן בערך 3,000 ייִדן בלויז אַ קליינעם פּראָצענט צווישן די 34,000 שטאָטישע פּאָליציאַנטן. אין די 1600ער יאָרן, האָט אַ פּוילישער אימיגראַנט מיטן נאָמען אָשר לוי פּראָטעסטירט קעגן די כּללים פֿון דער קאָלאָניאַלער מיליציע, לויט וועלכע אַ ייִד האָט נישט געקאָנט דאָרטן דינען. דער גובערנאַטאָר פֿונעם נײַעם אַמסטערדאַם — ווי דער דרומדיקער טייל פֿון מאַנהעטן, דעמאָלט אַ האָלענדישער ייִשובֿ, האָט אַמאָל געהייסן — האָט אים דערלאָזט צו טראָגן געווער און פּאַטרולירן די שטאָט. נישט לאַנג צוריק איז אַרויס דאָס בוך „ייִדן אין בלויע פֿאָרמעס‟ פֿונעם פּסיכאָלאָג דזשעק קיטאַיעף, וווּ די לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדישע פּאָליציאַנטן אין אַמעריקע ווערט פּרטימדיק באַשריבן.
קאַס האָט באַטאָנט, אַז אַ טייל ייִדן האָבן באַשלאָסן זיך אָנצושליסן אין דער פּאָליציי, כּדי אָפּצוּוואַרפֿן דעם סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן אַ טיפּישע „ייִדישע פּראָפֿעסיע‟ איז אַ דאָקטער, אַן אַדוואָקאַט צי אַ געשעפֿטסמאַן. די ניו־יאָרקער „שומרים‟ איז דער גרעסטער קלוב פֿון ייִדישע פּאָליציאַנטן אינעם לאַנד, געגרינדעט אינעם יאָר 1924. קאַס, דער ראַבינער פֿון דער גרופּע, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון אַרום 3,000 קלוב־מיטגלידער זענען פּענסיאָנערן. ענלעכע קלובן זענען פֿאַראַן אין אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט.
מאָסקאָוויץ פֿירט איצט געראַנגל־קלאַסן, כּדי צו העלפֿן די מענטשן צו באַשיצן זיך אַליין. להיפּוך צו דעם דערמאָנטן פּאָליציאַנט, קריטיקירט ער יאָ די פּאָליציי און באַשולדיקט זי אין ראַסיזם. לויט זײַן מיינונג, איז עריק גאַרנער, דער יונגער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וועלכער איז דערשטיקט געוואָרן אויף טויט אין סטאַטען־אײַלענד דורך אַ פּאָליציאַנט, מיט אַ האַלב יאָר צוריק, יאָ געווען אַ קרבן פֿון ראַסיזם. דער 57־יאָריקער טרענירער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ער איז נישט קיין ליבעראַל און האָט דרך־ארץ פֿאַרן סתּירותדיקן עקסטרעם־רעכטן רבֿ מאיר כּהנא, וועלכן ער האָט פּערזענלעך גוט געקענט, הגם שפּעטער זיך אַנטוישט אין כּהנאס אידעאָלאָגיע.
נישט אַלע ייִדן זענען צופֿרידן, ווען זייערע קינדער באַשליסן צו ווערן פּאָליציאַנטן. די משפּחה פֿון דזשעראָם קאָבערט, דער 52־יאָריקער פּרעזידענט פֿון די „שומרים‟ אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע, האָט נישט ליב געהאַט די מאַכט־פֿאָרשטייער און געטראַכט, אַז יעדער פּאָליציאַנט „זעט אויס ווי אַ נאַצי‟. סטיוו האַריס, אַ 54־יאָריקער ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער דינט איצט ווי אַ פּראָקוראַטור־אינספּעקטאָר אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט אויך דערציילט, אַז זײַנע עלטערן האָבן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט נישט געקאָנט „אַראָפּשלינגען‟ זײַן באַשלוס צו ווערן אַ פּאָליציאַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.