דעם 15טן יאַנואַר, איז וועס אַנדערסאָנס אייגנאַרטיקער פֿילם „דער גרויסער בודאַפּעשטער האָטעל‟ נאָמינירט געוואָרן אויף נײַן „אָקסאַר‟־פּרעמיעס. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט דער פֿילם געוווּנען אַ „גאָלדענעם גלאָבוס‟ ווי די בעסטע קאָמעדיע אָדער „מוזיקל‟. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער דאָזיקער שאַפֿונג וועט דער רעזשיסאָר געווינען טאַקע זײַן ערשטן „אָסקאַר‟; אַ צאָל באַקאַנטע קינאָ־קריטיקער האָבן זיך זייער הויך אָפּגערופֿן אויף דעם פֿילם.
אין אַ גרויסער מאָס, איז „דער גרויסער בודאַפּעשטער האָטעל‟ באַגרינדעט אויף די ווערק פֿונעם עסטרײַכיש־ייִדישן שרײַבער סטעפֿאַן צווײַג. דער רעזשיסאָר האָט דערקלערט, אַז צוליב צווײַגס השפּעה האָט ער אויסגעקליבן די מיזרח־אייראָפּעיִשע סצענעס און דעם כאַראַקטער פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן. צווײַגס פּאָפּולאַריטעט איז לעצטנס אויך געשטיגן צוליב אַ נײַעם בוך וועגן אים, וואָס האָט געוווּנען אַ פּריז פֿונעם „ראַט פֿאַרן ייִדישן בוך‟ ווי די בעסטע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער פּערזענלעכקייט.
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז צווײַג געווען באַקאַנט ווי איינער פֿון די פּראָמינענטסטע מחברים פֿון ראָמאַנען. דער שרײַבער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1881, אין אַ רײַכער ייִדישער משפּחה. אין 1904 האָט ער פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט אינעם ווינער אוניווערסיטעט און האָט זיך פֿאַרליבט אין דער עסטרײַכישער און דײַטשישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון זײַן צײַט. טעאָדאָר הערצל, מיט וועלכן צווײַג האָט זיך געחבֿרט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל פֿון צווײַגס ערשטע עסייען אין דער פֿירנדיקער ווינער צײַטונג „די נײַע פֿרײַע פּרעסע‟. שפּעטער, האָט צווײַג זיך באַקענט מיט זיגמונד פֿרויד און זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די פּסיכאָאַנאַליטישע טעאָריעס, וועלכער האָבן משפּיע געווען אויף זײַנע ווערק.
דער אומגליקלעכער שרײַבער האָט געפּרוּווט צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס קיין ענגלאַנד און דרום־אַמעריקע. אינעם יאָר 1942, האָט ער אָבער, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, לאָטי, אײַנגענומען אַ הויכע דאָזע פֿון באַרביטוראַט און זיך גענומען דאָס לעבן. צוליב אומקלאָרע סיבות, האָבן צווײַגס ראָמאַנען פֿאַרלוירן זייער פֿריִערדיקע פּאָפּולאַריטעט נאָך דער מלחמה. עס קאָן זײַן, אַז די נאָסטאַלגישע זכרונות וועגן דער אַמאָליקער ליבעראַלער פֿאַרמלחמהדיקער אַטמאָספֿער האָבן געקלונגען צו אַלטמאָדיש. מסתּמא, איז עס נישט קיין צופֿאַל, אַז צווײַגס אייגענע אויטאָביאָגראַפֿיע הייסט „די וועלט פֿון נעכטן‟.
אַחוץ אַנדערסאָנס פֿילם „דער גרויסער בודאַפּעשטער האָטעל‟ און דער דערמאָנטער ייִדישער ביאָגראַפֿיע, וואָס טראָגט דעם נאָמען „דער אוממעגלעכער גלות: סטעפֿאַן צווײַג בײַם קץ־הימים‟, האָט זײַן נאָמען לעצטנס זיך באַוויזן אין אַ צאָל אַנדערע ערטער. די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט נישט לאַנג צוריק איבערגעגעבן, אַז אַ צאָל נײַע ענגלישע איבערזעצונגען און רעדאַקציעס פֿון צווײַגס ראָמאַנען ווערן איצט צוגעגרייט צום דרוק.
אינעם יאָר 2013, זענען אַרויס צוויי אַנדערע פֿילמען און פֿראַנקרײַך און דער שווייץ, באַגרינדעט אויף די ווערק פֿונעם דאָזיקן שרײַבער. דער פֿראַנצויזישער פֿילם „אַ צוזאָג‟ איז געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון צווײַגס נאָוועלע „אַ נסיעה אין דער פֿאַרגאַנגענהייט‟, און דער שווייצאַרישער פֿילם „מאַריאַ, די מלכּה פֿון שאָטלאַנד‟ — אויפֿן ראָמאַן „מאַריאַ סטואַרט‟. אין די לעצטע יאָרן זענען אויך איבערגעדרוקט געוואָרן מער ווי 20 צווײַגס ראָמאַנען דורך אַזעלכע פֿאַרלאַגן, ווי „פּושקין־פּרעס‟.
לאָמיר האָפֿן, אַז „דער גרויסער בודאַפּעשטער האָטעל‟ וועט געווינען אַן „אָסקאַר‟. אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז אין דער וועלט קומט סײַ־ווי־סײַ פֿאָר אַ נײַע כוואַליע פֿון אינטערעס צו סטעפֿאַן צווײַגס ביכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.