נאָך איידער די צײַטונגען האָבן איבערגעגעבן דאָס אַחריות צו פֿאַרשפּרייטן זייער סחורה צו פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַרשפּרייטונג־פֿירמעס; נאָך איידער די לייענער האָבן געקענט אויסגיסן דאָס האַרץ אין אַ בלאָג, — האָבן אַזעלכע מענטשן ווי פֿאַני דזשייקאָבסאָן, אַרבעטנדיק אינעם ביוראָ פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, געענטפֿערט די לייענער, וואָס האָבן אָנגעקלונגען אין דער רעדאַקציע ממט דער קשיא: „פֿאַר וואָס האָב איך נאָך ניט באַקומען די צײַטונג?‟
צו באַקומען אַזאַ שטעלע, האָט מען געדאַרפֿט קענען אויף אויסנווייניק אַלע פּאָסט־קאָדן און וויסן די מאַפּעס פֿון די גרעסטע שטעט; ערשט דעמאָלט וואָלט מען געקענט באַהאַנדלען די מענטשן, וואָס האָבן אָנגעקלונגען אין רעדאַקציע, זיי זאָלן, חלילה, ניט אָפּשאַפֿן זייער אָבאָנאָמענט. מער פֿון אַלצדינג, האָט מען געדאַרפֿט זײַן פֿאַרליבט אין דער לייענערשאַפֿט. און פֿאַני האָט עס אַלץ געטאָן ווי די אַדמיניסטראַטאָרין פֿון פֿאַרשפּרייטן די צײַטונג.
אין 1950 האָט דער פּלאַן צו פֿאַרשפּרייטן דעם „פֿאָרווערטס‟ אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון אַמעריקע געביטן פֿאַניס לעבן. דער שרײַבער פֿון אַרבעטער־ענינים, הערץ לאַנג, האָט אָנגעהויבן צו רעדאַקטירן אַ לאָס־אַנדזשעלעסער צווײַג פֿון דער צײַטונג, און זײַן טאָכטער, נעמי, פֿאַניס אַ חבֿרטע, האָט פֿאַנין געלאָזט וויסן, אַז לאַנגס אַוועקגיין פֿון דעם ניו־יאָריקער ביוראָ וועט לאָזן אַ פֿרײַ אָרט אין דער רעדאַקציע. פֿאַני האָט אין גיכן פֿאַרלאָזט איר אַרבעט ווי אַ ספּעציאַליסט אין קאָמוניקאַציע פֿאַר פֿאַראיינען און עפֿנטלעכע ענינים, און געכאַפּט די געלעגנהייט צו אַרבעטן מיט איר באַליבטן ייִדיש.
פֿאַני איז אויפֿגעוואַקסן אין פֿלאַטבוש, ברוקלין. ווי די טאָכטער פֿון אימיגראַנטן פֿון וויטעבסק, ווײַסרוסלאַנד, האָט זי, פֿאָלגנדיק אירע עלטערן, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דער שטאָט־ און לאַגערן־קאָמיטעטן, איר גאַנץ לעבן געטרײַ געדינט דעם „אַרבעטער־רינג‟, און איז געוואָרן די ערשטע פֿרוי צו דינען ווי אַ וויצע־פּרעזידענטין פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
מיט איר אַוועקגיין מיטוואָך, אין עלטער פֿון 97 יאָר, האָט מען פֿאַרלוירן אַ טייל פֿון דער ניו־יאָרקער געשיכטע, וואָס מע קען ניט פֿאַרבײַטן. פֿאַני איז מסתּמא געווען די סאַמע לעצט־געבליבענע אָנגעשטעלטע, וואָס האָט געאַרבעט מיט אַב. קאַהאַן. זי האָט פֿאַרמאָגט אַן אײַזערנעם זכּרון. מע האָט זיך אָפֿט פֿאַרלאָזט אויף איר הילף, כּדי צו געדענקען די פֿאַרגעסענע געשעענישן און פֿאַקטן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־געשיכטע און צו אידענטעפֿיצירן מענטשן אין אונדזער פֿאָטאָ־אַרכיוו. זי איז געווען צווישן די לעצטע „פֿאָרווערטס‟־אַרבעטער, וואָס האָבן גערופֿן אַלע קאָלעגעס „פֿרײַנד‟. אַ שטאָלצע אַרבעטאָרין, איז איר אַוועקגיין אויף פּענסיע געווען בלויז דער אָנהייב פֿון אַ נײַער קאַריערע — צו קאַטאָלאָגירן די אַרכיוון פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ בײַם „ייִוואָ‟.
אין די צײַטן פֿון דער גמרא, פֿאַרן אויפֿקום פֿון בליצפּאָסט, „אינסטאַגראַם‟ אָדער „טוויטער‟, איז די אַרבעט פֿון פֿאַרגעדענקען די לומדישע אַרגומענטן און אויפֿקלערונגען, און זיי איבערגעבן אין אַן אַנדער בית־מדרש, איבערגעגעבן געוואָרן פֿאַר די „שׂל מהלכים‟, די וועלכע זענען געווען אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע. מע האָט זיך געקענט פֿאַרלאָזן אויף זייער טאַלאַנט צו פֿאַרגעדענקען, אַז זיי זאָלן קענען אַנדערע איבערגעבן זייער וויסן. זיי זענען געווען בכּובֿדיקע פֿיגורן.
אַ ניט־חתונה־געהאַטע, אומאָפּהענגיקע פֿרוי, גיט איר צוואה איבער אַן עניוותדיקן און פּראַקטישן צוגאַנג צום שטאַרבן, ווי זי האָט אויסגעלעבט אירע יאָרן. מע האָט זי באַערדיקט צווישן אירע אייביקע קאָלעגן און באַליבטע אויפֿן בית־עולם פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אָן קיין ספּעציעלע צערעמאָניעס. זי איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין מאַרלין באָט און לינדאַ מאַטשאַנס דאָקומענטאַר־פֿילם „דער ׳פֿאָרווערטס׳: פֿון אימיגראַנטן ביז אַמעריקאַנער‟. און זי וועט אייביק בלײַבן ווי אַ העלדין פֿון באָריס סאַנדלערס ראָמאַן „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟.
זי וועט שטאַרק אויספֿעלן די אײַנוווינער פֿון איר געגנט מאָרי־היל און בפֿרט אויף דער צווייטער עוועניו, וווּ זי האָט געגעסן אינעם „היפּסטערישן‟ אוקראַיִנישן רעסטאָראַן „וועסעלקאַס‟ פֿאַראַיאָריקן ראָש־השנה. איר אָנגעזעענער שאָטן וועט אויספֿעלן אויף די ניו־יאָריקער גאַסן, אָבער אין די קאָרידאָרן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ און דעם „ייִוואָ‟ און אַ סך אַנדערע אינסטיטוציעס, וועט מען נאָך אויף לאַנגע יאָרן געניסן פֿון איר לעבנס־אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.