לין דייווידמאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם קענזאַסער אוניווערסיטעט, האָט אַרויסגעגעבן אַ שטודיע וועגן געוועזענע אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס הייסט Become Un-Orthodox „ווערן אויס פֿרום‟.
אַ פֿרוי, וועלכע ווערט דערמאָנט אינעם בוך בלויז ווי „לאה‟, דערציילט, ווי די שבתדיקע סעודות פֿרײַטיק בײַנאַכט זענען בײַ אירע טאַטע־מאַמע אין דער היים פֿאָרגעקומען אין אַן אומאָנגענעמער אַטמאָספֿער. ביידע עלטערן זענען געווען דעמאָלט אַלעמאָל מיד און האָבן זיך כּסדר געקריגט צווישן זיך און מיט די קינדער. ווי זי האָט זיך אויסגעדריקט, האָט אַזאַ מין „מוח־צוואָג‟, אָן קיין ליבשאַפֿט און שׂימחה, נישט געקאָנט געלינגען. להיפּוך, האַלט מען בײַ איר שוועסטערס שבתדיקן טיש אין איין זינגען און פּעסטען די קינדער, דערפֿאַר ווערן זיי דערצויגן אין „זייער אַ גוטער סיסטעם‟.
דער פֿרומער עולם וועט, אַוודאי, נישט מסכּים זײַן, אַז דאָס פּראַווען שבת איז אַ פֿאָרעם פֿון „מוח־צוואָג‟. אין זײַן בוך, באַטראַכט אָבער די מחברטע אַ פֿראַגע, וואָס איז אויך אַקטועל פֿאַר אַן אָרטאָדאָקסישן לייענער: פֿאַרוואָס ווערן די קינדער אין געוויסע משפּחות אויס פֿרום?
פֿריִער האָט דייווידמאַן אַרויסגעגעבן אַ בוך אויף אַ פּונקט פֿאַרקערטער טעמע — וועגן פֿרויען, וואָס זענען געוואָרן בעל־תּשובֿות, און האָבן אויסגעקליבן דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער. לויט איר מיינונג, האָט אָבער קיינער פֿריִער נישט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַקאַדעמישע שטודיע פֿון די „אָפּגעפֿאָרענע‟. אַ ריי אַנדערע ביכער וועגן דעם זענען אָדער פּערזענלעכע מעשׂיות, אָדער דידאַקטישע עצות פֿון די פֿרומע מחנכים.
אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, לײַדט דאָס נײַע בוך פֿון געוויסע חסרונות. די מחברטע חזרט זיך כּסדר איבער און באַנוצט זיך צו אָפֿט מיט ספּעציעלע טערמינען. די שטודיע איז באַגרינדעט אויפֿן סמך פֿון שמועסן מיט מער ווי 40 מענער און פֿרויען פֿון 25 ביז 45 יאָר, וואָס באַטראַכטן זיך ווי געוועזענע אָרטאָדאָקסן.
דייווידמאַן אַליין האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט, ווען זי איז געווען 13 יאָר אַלט. ווען איר מאַמע איז געשטאָרבן פֿון ראַק, האָבן איר נישט געהאָלפֿן קיין ברכה פֿון אַ רבין. זי האָט אויך געפֿילט, אַז די פֿרויען זענען אין דער אָרטאָדאָקסישער סבֿיבֿה אונטערגעדריקט.
די מחברטע שילדערט דעם שווערן פּסיכאָלאָגישן פּראָצעס, וואָס קומט פֿאָר, ווען די „אָפּפֿאָרנדיקע‟ פֿרומע ייִדן וואַרפֿן אָפּ בהדרגה איין מיצווה נאָך אַ צווייטער. זי דערקלערט אויך, פֿאַרוואָס דער דאָזיקער פּראָצעס גייט דורך פֿאַר מענער און פֿרויען אַנדערש. געוויינטלעך, ווי זי דערציילט אינעם דריטן טייל פֿונעם בוך, בלײַבן אַזעלכע מענטשן במשך פֿון אַ געוויסן פּעריאָד אין דער פֿרומער סבֿיבֿה, ווילנדיק זי שטילערהייט פֿאַרלאָזן. אין די לעצטע קאַפּיטלעך דערקלערט זי, אַז אַפֿילו די געוועזענע פֿרומע ווערן אינגאַנצן סעקולער, בלײַבט בײַ זיי אַ געוויסער אינטערעס צו פֿרומקייט.
אין די לעצטע יאָרן האָבן זיך באַוויזן אַ סך ביכער אויף דער דאָזיקער טעמע. אַזוי ווי אַ צאָל אַנדערע מחברים, האָט דייווידמאַן אַליין איבערגעלעבט אַ פּערזענלעכע טראַוומע, ווען זי האָט פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט. אַזוי צי אַזוי, קאָן איר אַנאַליז צו נוץ קומען סײַ פֿאַר די, וואָס ווערן אויס פֿרום, סײַ פֿאַר די עלטערן, וואָס שטרעבן צו דערציִען פֿרומע קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.