די געוועזענע ריכטערין פֿונעם ניו־יאָרקער העכסטן געריכט, מערי מאַק׳גאָוען־דייוויס, וועט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿונעם קאַנאַדער לעגאַלן עקספּערט, וויליאַם שבת, ווי דער הויפּט פֿון דער „יו־ען‟־אויספֿאָרשונג פֿון דער עזה־מלחמה פֿאַראַיאָרן זומער.
שבת האָט רעזיגנירט פֿון דער פּאָזיציע נאָך דעם, ווי ישׂראל האָט אים באַשולדיקט אין האָבן „אַן אינטערעסן־קאָנפֿליקט‟. דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין זשענעווע, עוויאַטאָר מאַנאָר, האָט געשיקט אַ בריוו דעם מענטשנרעכט־ראַט פֿון דער „יו־ען‟, טענהנדיק, אַז שבת האָט אין 2012 אָנגעשריבן אַ לעגאַלן פּסק לטובֿת דעם PLO, און דערפֿאַר איז זײַן פֿיגורירן אין דער קאָמיסיע עובֿר אויף „די גרונט־פּרינציפּן פֿון נייטראַלקייט און יושר‟.
לויט אַ באַריכט אין „האָרץ‟, איז מאַק׳גאָוען־דייוויס באַטראַכט פֿאַר מער סימפּאַטעטיש צום ישׂראלדיקן צד ווי שבת. זי האָט געדינט ווי די פֿאָרזיצערין פֿון דער „יו־ען‟־אויספֿאָרשונג פֿון דער מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ אין 2008־2009, באַקאַנט ווי די „אָפּעראַציע צעשמאָלצענער בלײַ‟. אין איר באַריכט דעמאָלט האָט זי טאַקע קריטיקירט ישׂראל פֿאַר איר צו־לאַנגער אויספֿאָרשונג פֿון די טענות קעגן אירע אַקציעס, אָבער זי האָט צוגעגעבן, אַז „ישׂראל האָט אויסגעגעבן אַ סך געלט און כּוחות אויסצופֿאָרשן מער ווי 400 טענות וועגן נישט־לײַטישן אויפֿפֿיר אין עזה‟, און אַז די ישׂראלדיקע אויספֿאָרשונגען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אויף אַ פּאַסיקן אופֿן.
מאַק׳גאָוען־דייוויס׳ באַריכט איז געווען איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס ריטשאַרד גאָלדסטאָון האָט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, צוריקציִענדיק אַ טייל פֿון זײַנע אויספֿירן אין דער אויספֿאָרשונג פֿון דער „אָפּעראַציע צעשמאָלצענער בלײַ‟. „ווען איך וואָלט געהאַט צוטריט צו די פֿאַקטן, וואָס מאַק׳גאַוען־דייוויס האָט צוגעשטעלט, וואָלט איך צוגעשטעלט אַ גאָר אַנדערן דאָקומענט,‟ האָט גאָלדסטאָון באַמערקט.
פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קוואַלן פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום באַטאָנט, אַז דער איצטיקער באַריכט, וואָס דער קאָמיטעט דאַרף פֿאַרעפֿנטלעכן דעם 23סטן מאַרץ, וועט נאָך אַלץ זײַן שטאַרק קריטיש צו ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.