אַ דאַנק זײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, האָט הענריק ראָס איבערגעלעבט דעם חורבן. ווי אַן „אָפֿיציעלער‟ פֿאָטאָגראַף פֿון דער לאָדזשער געטאָ, האָט ער אַראָפּגענומען בילדער פֿאַר ייִדישע אידענטיפֿיציר־קאַרטלעך, און דאָקומענטירט סצענעס, וואָס די נאַציס פֿלעגן ניצן ווי אַ באַווײַז, ווי פֿלײַסיק מע האָט דאָרט געאַרבעט.
גלײַכצײַטיק האָט הענריק ראָס פֿאָטאָגראַפֿירט מאָמענטן, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס שרעקלעכע טאָג־טעגלעכע לעבן אין דער געטאָ. די בילדער זענען שיִער נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען. ראָס האָט זיי געהאַט באַהאַלטן אין דער ערד, ווען די געטאָ איז ליקווידירט געוואָרן אין 1944, און ווען ער האָט זיך אומגעקערט מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, זענען בלויז אַ העלפֿט פֿון די 6,000 נעגאַטיוון נאָך געווען אין אַ גוטן צושטאַנד.
מער ווי 200 פֿון די אימאַזשן געפֿינען זיך איצט אויף דער אויסשטעלונג „אויסגעגראָבענע זכרונות: די לאָדזשער געטאָ־פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון הענריק ראָס‟ //www.ago.net/memory-unearthed-the-lodz-ghetto, אין דער „קונסט־גאַלעריע פֿון אָנטאַריאָ‟ (AGO), אין קאַנאַדע.
מאַיאַ סוטניק, די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג און פֿון דער גאַלעריע בכלל, האָט אויך רעדאַגירט אַ באַגלייט־ביכל פֿאַר דער אויסשטעלונג, פּובליקירט פֿון „יעל־יוניווערסיטי פּרעס‟, וואָס גיט איבער פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן און אַנדערע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, גענומען פֿון דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג פֿון דער AGO. דער מוזיי האָט באַקומען ראָס׳ נעגאַטיוון אין 2007.
סוטניק האָט געוויזן דעם Forward אַ טייל פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און צוגעגעבן אירע אייגענע באַמערקונגען וועגן זיי:
1) די בריק איבער דער אַרישער גאַס: „אין 1940, האָט מען צעטיילט די געטאָ אויף צוויי טיילן,‟ האָט סוטניק דערלקערט. „די זיגורסקאַ־גאַס איז געווען די אַרישע גאַס, און די ייִדן האָבן אַהין נישט געטאָרט גיין. האָט מען געבויט הילצערנע בריקן, כּדי די ייִדן זאָלן קענען גיין פֿון איין טייל צו דער צווייטער, אויסמײַדנדיק די אַרישער גאַס. ווען ראָס האָט דאָס פֿאָטאָגראַפֿירט, האָבן די נאַציס נאָך נישט געהאַט פֿאַרווערט צו פֿאָטאָגראַפֿירן די געטאָ, האָט ער נישט געדאַרפֿט אַראָפּנעמען דאָס בילד בשתּיקה, ווי אַ סך פֿון די שפּעטערע בילדער. נאָך 1942, ווען מע האָט שטאַרק פֿאַרגרעסערט די דעפּאָרטאַציעס אין די אומברענג־לאַגערן, האָבן די נאַציס אַ סך מער באַגרענעצט דאָס פֿאָטאָגראַפֿירן.‟
2) מע דעפּאָרטירט די קינדער: „דאָס איז אַ טראַגיש בילד. בלויז איין ייִנגל קוקט אין ראָס׳ ריכטונג, און ער זעט אויס דערשראָקן. די נאַציס האָבן נישט געקענט אויסניצן די קינדער און עלטערע לײַט פֿאַר דער אַרבעט, האָבן זיי באַפֿוילן מע זאָל זיי ׳איבערגעבן׳ 20,000 קינדער, וואָס מע האָט דערנאָך פֿאַרשיקט.‟
3) מאַמע און קינד (די משפּחה פֿון אַ מיטגליד פֿונעם „יודענראַט‟): „דאָס איז אַ האַרץ־רײַנסדיק בילד, ווײַל מע האָט זיי פֿאָטאָגראַפֿירט, פּונקט ווען די נאַציס האָבן באַפֿוילן די עלטערן אַוועקצוגעבן זייערע קינדער. אין דער געטאָ איז נישט געווען קיין אונטערשייד, צי דו ביסט אַ טייל פֿונעם ׳יודענראַט׳, צי נישט. יעדנס לעבן איז געווען אין אַ סכּנה.‟
4) מאַן גייט פֿאַרבײַ די חורבֿות פֿון אַ שיל: „אין 1939 האָבן די נאַציס צעשטערט אַלע שילן אין לאָדזש, אַחוץ איינער,‟ האָט סוטניק געזאָגט. „די דאָזיקע צעשטערטע שיל איז געווען די באַקאַנטסטע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.