ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

דניאל ראַפֿעקאַס
דניאל ראַפֿעקאַס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 05, 2015, issue of March 06, 2015.

ריכטער און חורבן־עקספּערט, דניאל ראַפֿעקאַס, איז נײַער אויספֿאָרשער פֿון ניסמאַנס טויט

ביז איצט האָט די אויספֿאָרשונג פֿונעם טויט פֿונעם פּראָקוראָר ניסמאַן גאָר נישט אַװאַנסירט. מען זעצט פֿאָר מיט אַנאַליזן, מען קאָנטראָלירט די קאַמעראַס, מען איז בודק זײַנע 3 מאָבילקעס, אָבער אָפֿיציעל װייסט מען נאָך גאָר נישט. די רעגירונג װאַרפֿט אַרויף די שולד אויף די אָפּגעזאָגטע שפּיאָנען און באַשולדיקט די צײַטונג „קלאַרין‟, די פֿאַרשפּרייטסטע צײַטונג אין לאַנד, אין אָרגאַניזירן אַ קאַמפּיין קעגן דער רעגירונג אין אַ יאָר, װען עס דאַרפֿן פֿאָרקומען װאַלן אויסצוקלײַבן אַ נײַעם פּרעזידענט.

די פּראָקוראָרין פֿרעי האָט אָפּגעלייגט אירע װאַקאַציעס און זי זעצט פֿאָר מיט דער אויספֿאָרשונג נאָך דעם, װי פֿון אַלע סעקטאָרן האָט מען קריטיקירט װאָס זי פֿאַרלאָזט אַרגענטינע אויף 15 טעג. זי האָט אַרויסגערופֿן דעם אָפּגעזאָגטן שפּיאָן „כאַימע‟ סטיוסאָ זאָגן עדות, װײַל מען האָט געפֿונען, אַז פֿון זײַן טעלעפֿאָן האָט ער אָנגעקלונגען ניסמאַנען קרובֿ זײַן טויט. סטיוסיס אַדװאָקאַט האָט דערקלערט, אַז ער האָט דערװײַל אָפֿיציעל נישט באַקומען קיין אײַנלאַדונג.

די פֿעדעראַלע אינסטאַנץ האָט באַשטימט דעם ריכטער דניאל ראַפֿעקאַס פֿאָרצוזעצן מיט ניסמאַנס אָנקלאַגע. ראַפֿעקאַס איז אויך אַ פֿאָרשער װעגן חורבן, װאָס איז ענג פֿאַרבונדן מיט דעם „האָלאָקאָוסט מוזיי‟, װאָס האָט פּובליקירט 3 ביכער אויף דער טעמע, און װאָס טרעט אויף כּסדר, נישט נאָר אין לאַנד, װעגן חורבן. װען ער האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם װיצע־פּרעזידענט בודו, האָט מען איבערגעגעבן דעם פֿאַל אַן אַנדערן ריכטער.

ניסמאַנס געװעזענע פֿרוי האָט באַקומען, װי געװיינטלעך, דעם פֿאַרשפּרייטסטן זשורנאַל „נאָטיסיאַס‟ אויך שבת פֿאַר ניסמאַנס טויט. אויפֿן שער־בלאַט האָט מען געהאַט פּובליקירט זײַן בילד, װײַל ער האָט באַדאַרפֿט אינפֿאָרמירן מאָנטיק אין פּאַרלאַמענט װעגן זײַן אָנקלאַגע. אויף ניסמאַנס שטערן איז געװען אַ סימן װי פֿון אַ קויל. מען האַלט אין אויספֿאָרשן צי דאָס איז געװען אַ װאָרענונג אָדער אַ צופֿאַל. אין זשורנאַל האַלט מען, אַז דאָס האָט מען בכּיװן געמאַכט נאָר אויף דעם עקזעמפּלאַר.

די „דאַיאַ‟ האָט פֿאַררופֿן אַ דרינגענדיקע טרעפֿונג מיט פֿאָרשטייערס פֿון אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס און געבעטן צו פֿאַרשטאַרקן די זיכערקייט. ניסמאַנס אָנקלאַגע האָט אָנגערירט די אינטערעסן פֿון סעקטאָרן, װאָס זײַנען ענג פֿאַרבונדן מיט „כעזבאָלאַ‟ און מיט פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס.


אַן אַנטיסעמיטישער פּלאַקאַט אין װיזשאַ קרעספּאָ

די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט קעגן די אַנטיסעמיטישע פּלאַקאַטן, װאָס מען האָט אויפֿגעקלעפּט אין װיזשאַ קרעספּאָ, אַ געגנט, װוּ ייִדן און אַראַבער װוינען בשלום, און װוּ אַ סך ייִדישע אינסטיטוציעס אַמטירן און אַרבעטן מיט מיט אַראַבישע און אַרמענישע קריסטלעכע קירכעס. דער פּלאַקאַט באַניצט אַן אַנטיסעמיטישן לאָזונג פֿון די 30ער יאָרן: „דער גוטער ייִד איז אַ טויטער ייִד‟, און גיט צו — „ניסמאַן איז אַ גוטער ייִד‟. די רעגירונג האָט דערװײַל זיך נישט אָפּגערופֿן.


אַ ציקל לעקציעס „געשיכטעס מיט געשיכטע‟

דעם 3טן פֿעברואַר איז אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון אַליסיאַ בענמערגי װעגן „אַנוסים‟, פֿונעם ציקל „געשיכטעס מיט געשיכטע‟. מען האָט אויך געװיזן אַ קורצפֿילם אויף דער טעמע. די קומענדיקע לעקציעס װעלן זײַן געװידמעט די „קאַראַיִמער‟ און די ייִדן בעת דעם ציװילן־קריג אין שפּאַניע.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.