כּמעט מיט אַ חודש צוריק האָט מען געפֿונען טויט דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן. צײַטונגען פֿון דער גאַנצער װעלט האָבן איבערגעגעבן די טרויעריקע ידיעה, און אין אַמעריקע האָט מען פֿאַרגלײַכט דעם עפּיזאָד צום פּרעזידענט קענעדיס טויט. דערװײַל װייסט מען נאָך גאָר נישט און אַלע דערקלערונגען פֿון דער פּראָקוראָרין װאָס פֿירט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג, װײַזן אָן, אַז ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן. נישט די רעגירונג און נישט ניסמאַנס משפּחה האַלטן ניט פֿון דעם. אויך די מיינונג פֿון ספּעציאַליסטן איז אַ סתּירותדיקע, און דער אמת איז, אַז מען דאַרף נאָך אָפּװאַרטן אַ 10 טעג ביז די אַנאַליזן װעלן צוגעשטעלט װערן דער ריכטערין.
דערװײַל איז נישט נאָר דער דעת־הקהל צעשפּאָלטן; אויך אין דער אַרגענטינער יוסטיץ איז פֿאָרגעקומען אַ ריס, און אַ גרופּע פּראָקוראָרן און ריכטערס אָרדענען אײַן אַ מאַרש, אַ שטילע דעמאָנסטראַציע, אָן קיין שום פּאָליטישע צװעקן, אָן פּלאַקאַטן און אָן לאָזונגען. דער ציל איז צו פֿאָדערן גאַראַנטיעס, אַז די רעגירונג און די פּאָליטיק זאָלן זיך נישט אַרײַנמישן אין דער אויספֿאָרשונג. דאָס װעט פֿאָרקומען דעם קומענדיקן מיטװאָך, גענוי צום חודש פֿון ניסמאַנס פּטירה.
די רעגירונג און אַ טייל ריכטערס האָבן זיך קעגנגעשטעלט און האַלטן, אַז דאָס איז פֿאַקטיש אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דער רעגירונג. די אָפּאָזיציע און אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן געמאָלדן, אַז זיי װעלן זיך באַטייליקן און האָבן גערופֿן זייערע מיטגלידער. נאָר איין גרופּירונג האָט זיך אָפּגעזאָגט — משפּחות פֿון די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט, װאָס שטיצט די רעגירונג און איר פּאָליטיק לגבי איראַן. זיי האָבן אַפֿילו גערופֿן אויף די קומענדיקע טעג צו שאַפֿן אַן אייגענע ייִדישע רעפּרעזענטאַנץ, װײַל זיי האַלטן, אַז נישט די קהילה און נישט די „דאַיאַ‟ טוען דאָס װי געהעריק.
נאָך װייטיקלעכע נאָכװייענישן פֿון דער לאַגע אין אַרגענטינע.
דער אָנפֿירער פֿון די אַרגענטינער שפּיאָנען, כאַימע סטיוסאָ, װאָס איז אָפּגעזאָגט געװאָרן פֿון זײַן אַמט אין חודש דעצעמבער, און װאָס לויט דער פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער איז שולדיק אין ניסמאַנס טויט, איז פֿאַררופֿן געװאָרן זאָגן עדות פֿאַר דער פּראָקוראָרין. ער האָט נישט אָנגענומען די פֿאַרטיידיקונג פֿון דער פּאָליציי אָדער פֿון דער אַרמיי, און זײַן אַדװאָקאַט האָט צוגעשטעלט זײַנע פֿאָדערונגען. אייניקע קװאַלן האַלטן, אַז ער האָט שוין עדות געזאָגט בסוד.
װאָס שײַך דעם פּײַנלעכן עפּיזאָד װאָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דעם אַטענטאַט אַויפֿן בנין פֿון דער קהילה, און פֿון װעלכן נאָך 21 יאָר װייסט מען נאָך גאָר נישט, װעל איך מער נישט אינפֿאָרמירן, סײַדן מען װעט דערגיין אַ טאָלק, װײַל די לעצטע װאָכן באָמבאַרדירט מען מיט השערות און מען „שטויסט כּסדר װאַסער‟ פֿון אַלע זײַטן. דערװײַל זײַנען די װערטער „מיסטעריע, חשד און אינטריגעס‟ די, װעלכע באַשרײַבן די לאַגע.
דער פּאַרלאַמענט אין װענעזועלע האָט צום ערשטן מאָל אָפּגעגעבן אַ זיצונג פֿאַר דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג צו דערמאָנען דעם חורבן. אויף דער איניציאַטיװ פֿון אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע, האָט דער ראש־הקהל געהאַלטן אַ װאָרט, און דער פּאַרלאַמענט האָט פֿאַרדאַמט די, װעלכע לייקענען דעם חורבן; זיך קעגנגעשטעלט די אַנטיסעמיטישע אויסברוכן אין לאַנד און גערופֿן כּסדר צו דערמאָנען דעם חורבן.
דער אויסערן־מיניסטעריום אין טשילע האָט אָרגאַניזירט אַ סעמינאַר פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח. עס האָבן זיך באַטייליקט פֿון ישׂראל, גדיאל באַלטיאַנסקי, דירעקטאָר פֿון „דערציִונג פֿאַר שלום‟, און מוסטאַפֿאַ באַרגאָוטי, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלער איניציאַטיװ‟. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט באַרימטע טשילענער אינטעלעקטואַלן און פּראָפֿעסאָרן פֿון אוניװערסיטעט. פֿאַר דעם מיניסטער העראַלדאָ מוניאָז איז דאָס געװען אַ װיכטיקער בײַטראָג פֿאַרן שלום אין דעם ראַיאָן.
אורוגװײַ האָט פֿאַרבעטן ישׂראלדיקע מומחים אין זיכערקייט נאָך דעם, װי מען האָט געפֿונען אַ װאַליזקע לעבן דעם אַלטן בנין פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. מען האָט באַשולדיקט אַן איראַנער באַאַמטן פֿון דער איראַנער אַמבאַסאַדע, װאָס האָט געטענהט, אַז ער האָט דאָס געטאָן נאָר אויסצופּרוּװן די זיכערקייט און די רעאַקציע פֿון די שומרים. ער איז גלײַך פֿאַרבעטן געװאָרן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
דער נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, נוח מאַמעט, האָט אויפֿגענומען אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟. בעת דער פּראָטאָקאָלאַרער טרעפֿונג האָבן אַלע אויסגעדריקט דעם װוּנטש מען זאָל קענען געפֿינען די, װעלכע האָבן דורכגעפֿירט די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע און אויפֿן קהילה־בנין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.